top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חצרותיו בתהלה אין חצר הקודש גור

אין חצר הקודש גור איז געמאלדן געווארן אז אנגעהויבן פון דעם זונטאג במדבר וועט דער רבי שליט"א דאווענען תפלות מנחה און מעריב אויפן גאס פארנט פון ביהמ"ד הגדול, נאך צעהן וואכן וואס דער רבי איז געווען איינגעשפארט. ביי יעדע תפלה וועלן זיך משתתף זיין פופציג יודן וואס וועלן זיך איינשרייבן פון פאראויס און נאכ'ן דאווענען וועלן זיי קענען אדורכגיין ביים רבי'ן. דער רבי וועט שטיין אויפן רעמפ נעבן 'בית טובי העיר' ביים מערב זייט פון ביהמ"ד. ביי מנחה וועלן זיך באטייליגן 50 יונגעלייט און מ'קען זיך איינשרייבן ביי ר' יוסל שיף. מעריב וועלן מיטדאווענען 50 בחורים און מ'קען זיך איינשרייבן ביי ר' יעקב יצחק שטערן הי"ו. אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן אז אנגעהויבן פון זונטאג וועלן זיך אויך צוריק עפענען די מתיבתות און די כוללים אין איינקלאנג צו די רעגולאציעס פון די געזונהייט באאמטע אין מדינת ישראל. דערווייל זענען נאכנישט דא קיין פלענער איבער יו"ט שבועות בחצר הקודש גור.

אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן פון קהלת באיאן אין ב"פ אז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט,א איז ערלויבט געווארן פאר די חסידים צו גיין אין מקוה אנגעהויבן פון די וואך שבת און במשך די וואך פרשת במדבר וועלן זיך צוריק עפענען די טויערן פון די באיאנ'ע קלויז אין ב"פ. אזוי אויך וועלן זיך צוריק עפענען די טויערן פון קלויז הגדול אין ירושלים און די בניני המוסדות אין איינקלאנג לויט די רעגולאציעס פון משרד הבריאות.


bottom of page