מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
טויזענטער חסידי באבוב זענען זיך נעכטן א' דר''ח חשון צוזאמגעקומען אין ביהמ''ד הגדול באבוב אין בארא פארק אויף אן עצרת תפילה רבתי לעורר רחמי שמים מרובים אין ליכט פון די שווערע מלחמה צושטאנד בארץ הקודש. איידער אמירת תהילים האט הגה"צ רבי חיים יעקב טויבער דומ"צ באבוב אויפגעטראטן מיט דברי התעוררות און ארויסגעברענגט די חובת השעה זיך מחזק צו זיין בענינים הצריכים חיזוק ובקדושת הבית אין א לענגערע צייט מעורר געווען וועגן עניני תפילה בכוונה און תפילה בציבור מתחילתו ועד סופו, דערנאך האט די ציבור האלפים אינאיינעם געזאגט תהילים ספר רביעי און חמישי מיט גרויס התעוררות.
נעכטן אינדערפרי ביים מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א אויפגעטראטן מיט דברות קודש לאור המצב און בעפארברייטונג צום עצרת תפילה און ארויסגעברענגט אז מען איז חלילה נישט מתפלל אז די ציוניסטישע מיליטער אז זאלן מנצח זיין וואס איז נישט גוט ברוחניות און אפילו בגשמיות זעהט מען יעצט אז דאס ברענגט נישט קיין גוט'ס, נאר מיר בעטן אז די גאולה שלימה זאל שוין קומען און אויף ביזדערווייל זאלן אידן בכל מקומות שהם קענען דינען דעם באשעפער אומגעשטערט. אויך האט די רב שליט''א נאכגעזאגט פונעם 'צבי לצדיק' אז רעווא דרעווין פון א גאנץ יאר איז ל' תשרי נאכמיטאג וואס דעמאלס גייט ארויף אין הימל די עבודה פון גאנץ חודש תשרי, אין דערביי מעורר געווען אויף תפילה בכוונה און תפילה בציבור, די רב האט אויך איבערגעגעבן די הוראת הקודש פאר די בחורי הישיבות צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען קאפיטעל כ"ג אין תהילים און מתפלל זיין פאר יושבי ארץ הוקדש בתוך כל כלל ישראל בכל מקומות שהם און מרבה זיין בלימוד התורה אין דעם שווערן זמן.
Comments