top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • מאנטאג חקת תש"פ


היינט קומט פאהר די 'מעמד קביעת מזוזה וחנוכת הבית' פאר די נייע היכל הבית המדרש אין תלמוד תורה "מאור החיים" וויזשניץ-מאנסי – עס קומט פאהר נאך תפלת שחרית אינעם נייעם היכל אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א. לכבוד די מעמד וועלן די קינדער לערנען פארטאגס א ספעציעלע 'סדר הלימוד'.

 

כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לאזט זיך היינט ארויס קיין מאליבוי, קאליפארניע למנוחת הנפש.

כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א לאזט זיך היינט ארויס קיין מחנה דינוב אין די קעטסקילס.

כ"ק האדמורי"ם מנאוואמינסק שליט"א לאזן זיך היינט ארויס אויפן וועג צו 'מחנה נאוואמינסק' אין פאקענאוס, פענסילוועניע, וואו די רבי'ס וועלן זיך אויפהאלטן אויף אפרוה דורכאויס די זוממער-וואכן.

 

שמחת בית שאץ ויזניץ - קאזמיר - קאמארנא: שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' שמואל שמעלקא ראזענבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר בעל באר יעקב מנדבורנא זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר משאץ ויזניץ שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' שאול ידידי' אלעזר טאוב שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א, די שמחה קומט פאר אין זאל פון היכלי הפאר אין בני ברק.


שמחת בית פאלטיטשאן - נאראל: שמחת החתונה פון החתן בן הרה"צ ר' משה יהושע מיכלאוויטש שליט"א אדמו"ר מבראד בן כ"ק אדמו"ר מראדוויל זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג יוסף משה שטיין שליט"א בן הגה"צ ר' אפרים אהרן שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישען ב"פ חתן הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו - סגראה"ק קיט"ל וויליאמסבורג, די שמחה קומט פאר אין זאל פון כרם מנחם אין בארא פארק.


שמחת בית קאסאן - שאץ: שמחת התנאים פון אן אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מונטריאל, החתן בן הרה"צ ר' יעקב אריה ראטענבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאסאן-לאנדאן שליט"א חתן הרה"צ ר' נחום מאסקאוויטש שליט"א, מיט הלה נכדת כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א בת לבנו חביבו הרה"צ ר' יעקב נפתלי ראטענבערג שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל – אין ביהמד קאסאן אין לינדען, ניו דזורסי.


שמחת השבע ברכות בבית סאטמאר – טעמעשוואר: אין בית המדרש ברך משה אין קרית יואל.

שמחת הברית פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, אייניקל ביים איידעם הגה"צ ר' מרדכי דוב בעק שליט"א מו"ץ בק"ק וויזניץ אין מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א, בן הנולד ביי הרה"ג שמואל צבי האגער בן הגה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, בן הרה"ק בעל אור שלום מוויזניץ ב"פ זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, די  שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד סקולען אין בארא פארק.


שמחת בית סאסוב - פינסק קארלין - זלאטשוב: שמחת התנאים פון החתן בן הרה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפינסק קרלין שליט"א, מיט הכלה בת הרה"צ ר' יוסף מאיר מיכעלאוויטש שליט"א מזלאטשוב מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק נאפקאר שליט"א אויף א באשיידענעם אויפן בבית המחותן אין מאנסי


שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי הגה"צ ר' שלמה געשטעטנער שליט"א רב שכונת גבעת משה, זון ביים איידעם הרב יואל בער לאבין שליט"א אב"ד דראבהיטש לעיקוואוד – אין ביהמ"ד עטרת צבי דראבהיטש אין לעיקוואוד.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב בנציון שלמה האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ ר' חיים הערש האלבערשטאם שליט"א אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, מיט די כלה בת הרב מענדיל שטערן שליט"א בן הגה"צ ר' משה שמואל שטערן שליט"א אבד"ק סטריקוב וחתן הגה"צ ר' יונתן בנימין גאלדבערגער זצ"ל אבד"ק ביקאווסק.

 

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן איינצורייסן לרפואת זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד און איז זקוק לרחמי שמים מרובים: מרן נפתלי בן ריזל שרה לרפו"ש.


 

היינט געפאלט די יארצייט פון הגאון האדיר רבי גדליה שור זצ"ל – ראש ישיבת תורה ודעת. די קינדער הגאונים שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' און אויפטרעטן מיט שיעורים לזכרו.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע. בנו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט דאווענען פאר'ן עמוד אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים און טויזענטע אידן וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזיתים. אין א זעלטענע שריט איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויפגעגאנגען צום ציון הק', נאכ'ן נישט ארויסגיין פון שטוב אין לויף פון די ימי המגיפה.

bottom of page