היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר רבי אהרן יעקב מסטרעטין זצ"ל, בנו כ"ק אדמו"ר מסטרעטין שליט"א וועט ארויפגיין 4 אזייגער נאכמיטאג צום ציון הק' אויפן ביה"ח אין לאנג-איילענד, און דערנאך אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין בארא פארק.
היינט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד - די אייניקלעך כ"ק האדמורי"ם שליט"א וועלן אפרעכטן מסיבות לחיים לרגל די יארצייט.
שמחת בית ראחמיסטריווקא - סקולען – וויזניץ: שמחת החתן מאהל פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בן לחתנו הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א בן כ"ק הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, מיט די כלה דאפלטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א בת הרה"ג ר' מרדכי פינחס טווערסקי שליט"א ראש ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא בן הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א - אין ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק. דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א קומט אן צוגאסט קיין בארא פארק ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז איבער שבת בבית האכסניא הרב דניאל גראס שליט"א. די תפלות וועט דער רבי דאווענען אין ביהמ"ד נעימות החיים.
היינט נאכט קומט פאר די צענטראלער שמחת השבע ברכות פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' ישראל פאנעט שליט"א בן הגה"צ רבי מנשה שמחה פאנעט שליט"א מקארלסבורג מיט הכלה נכדת הרה"ג רבי חיים רוטנר שליט"א בת לבנו הרה"ג ר' אהרן רוטנר שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק.
לעצטע שבע ברכות בבית ויזניץ-טשערנאביל-ברעזאן: געאייגענט פאר בחורי ישבה גדולה טשערנאביל - אין היכל ישיבת טשערנאביל אין בני ברק.
שמחת התנאים פון החתן בן הגה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א בן הגה"צ ר' מנחם נחום טווערסקי זצ"ל וחתן הגה"צ ר' צבי אלימלך קארנרייך ז"ל, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א בת לחתנו הגה"צ ר' שמשון אהרן גאלדמאן שליט"א בן הגה"צ ר' דוד גאלדמאן שליט"א אבד"ק זעווהיל ב"ב - אין ביהמ"ד זוויהעל אויף רחוב חגי אין בני ברק.
שמחת בית קארלסבורג: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אייניקל ביי כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א בן לבנו הגה"צ ר' ברוך דוד ראטה שליט"א אבד"ק מראה יחזקאל, מיט די כלה בת הרב שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ טאהש קרית יואל, זון פון הגה"צ ר' יודא אליעזר יונגער שליט"א רב דקהל יראים אין מאנסי וחתן הגה"צ ר' אהרן אייזיק קרויס שליט"א שו"ב.
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב יצחק שמואל שווארץ שליט"א רב דביהמ"ד חיסדא אין בני ברק בן הגה"צ ר' חיים יעקב שווארץ שליט"א רב פון לניאדו שפיטאל אין קרית צאנז נתני' וחתן הנגיד ר' אפרים זלמן בעק הי"ו פון שווייץ, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א בת לחתנו הרב יחזקאל רייך שליט"א ראה"כ צאנז אין פתח תקוה בן הגה"צ ר' אברהם יהושע רייך שליט"א רב דחסידי צאנז אין אנטווערפן.
Comments