top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רחמים שאלו: דער ציבור ווערט געבעטן איינצורייסן לרפואת זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א לרפו"ש

בילד קרעדיט: די וואך

 

קרעו שערי שמים - השתדלו והרבו תחינה ובקשה: יעצט נאכמיטאג איז ווידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון הישיש כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א לרפואה שלימה, די רבי וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל ארומגענומען מיט די קינדער אין אייניקלעך, אין דאקטוירים זאגן אז נאר תפילות ישראל קען העלפן, כלל ישראל ווערט גערופן אנצורייסן אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, עס וועט זיך שטעלן א מנין תהילים בשעה 7:30 אין צאנזער ביהמ''ד אין בארא פארק ווי מען וועט אויסזאגן גאנץ ספר תהילים אין איינרייסן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מרן רבי נפתלי בן ריזל שרה לרפואה שלימה.


והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים

bottom of page