אין די היינטיגע נאכמיטאג שטונדן אין ניו יורק האט כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בארא פארק אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון. ווי באקאנט טוט דער רב שליט"א אטעמען ר' שמעון און מירון במשך דעם גאנצן יאהר און אין לויף פון די לעצטע צענדליגע יארן וויילט דער רב אויף לג' בעומר אין מירון. אויך היי-יאהר טראץ די שווערע אומשטענדן האט דער רב שליט,א נישט מוותר געווען פון צו זיין אין מירון אויף לג' בעומר, און נאך שווערע באמיהונגען און אונטערווענצן מיט די ציוניסטישע אמבעסאדער און נאך צענדליגע עסקנים איז געלונגען צו באקומען אלע נויטיגע פערמיטן אז דער רב שליט"א זאל תיכף ביים אנקומען אין אר"י אריבערפארן קיין אתרא קדישא מירון ווי דער רב שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע דריי וואכן.
אין א זעלטן היסטארישע שריט וועט זיך דער רב שליט"א ארויסלאזן קיין ארה"ק היינט נאכט 9 אזייגער בלויז מיט בנו הגה"צ ר' משה שליט"א רב הצעיר ד'קארלסבורג און וועט לאנדען מארגען אין די צופרי שעות. בביתו נאוה קודש אין מירון זענען נאר ערלויבט זיך אויפצוהאלטן פונקט א מנין מצומצום וואס וועלן בלייבן איינגעשפארט מיט'ן רב אין לויף פון די קומענדיגע דריי וואכן.
בעד עמך רחמים שאלו, דאס יהדות הגולה וואס לעכצט אזוי שטארק זיך צוגעפונען אין מירון אויף לג' בעומר, טוהן ממנה זיין דעם רב שליט"א אלס דער שליח ציבור פונעם גאנצן יהדות החרדית אויסצובעטן פאר כלל ישראל ישועות ורחמים. הוא ימליץ טוב בעדינו.
top of page
bottom of page
Comentarios