top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • דינסטאג נשא תש"פ


לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך געזונטהייט-קאמפלעקאציעס: מרן נפתלי בן ריזל שרה לרפו"ש. לקיים בנו חכמי ישראל: אויפן ראט פון די דאקטוירים וועט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פארבלייבן היינט אין שפיטאל אויף אבזערוואציעס, דער ציבור איז ווייטער מתפלל לרפואת מרן צבי אלימלך בן חיה נחמה לרפו"ש. מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען אז זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי משולם דוד הלוי סאלאווייציק שליט"א איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל. דער ציבור איז ווייטער מתפלל לרפואת מרן משולם דוד בן אלטע הענדל לרפו"ש.

השתדלו והרבו תחינה: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת הגה"צ ר' משה וועבער שליט"א דומ"ץ בעלזא-ב"ב הרב משה בן חיה שרה לרפו"ש.

 

היינט נאכט און מארגען נאך תפלת מעריב, וועט זיין א געלעגנהייט פאר חסידי ויזניץ וועלכע וואוינען אינדרויסן פון שיכון ויזניץ, בני ברק זיך צו קענען וואונטשן 'גוט יו"ט' ביים רבי'ן, נאכדעם וואס זיי וועלן נישט זיין ערלויבט מיטצוהאלטן דעם יו"ט אין בני ברק צוליב די עפעדעמיע.  היינט נאכמיטאג וועט זיין א געלעגנהייט פאר כלל בחורי גור 'אדורכגיין' און זיך וואונטשן 'גוט יו"ט' ביים רבי'ן לקראת חג השבועות וועלכע דער רבי שליט,א וועט פראווענען פריוואט הייפיאר צוליב די עפעדמיע. נעכטן זענען 'אדורכגעגאנגען' די צענדליגע טויזענטע ילדי התלמודי תורה דחסידי גור בארה"ק. היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל אור מלא מקאסאן זי"ע כ"ק אדמורי"ם מקאסאן שליט"א וועלן אפרעכטן סעודת הילולת, כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע וואוינט אין שטאט לינדען, וועט אנקומען פארנאכט'ס קיין בארא פארק און אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין שטאט. היינט קומט פאהר די 'מעמד סיום כתיבת האותיות' אויף די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א און וועט אריינגעפירט ווערן בעצם יו"ט שבועות - עס קומט פאהר בחצר ביתו אין בארא פארק. כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט 'דרשת פתיחת הזמן' פאר די בחורים ואברכי הכולל, נאכדעם וואס היינט וועלן זיך צוריק עפענען די טויערן פון די מוסדות החינוך דחסידי נדבורנא אין בני ברק.

כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-ירושלים שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט 'דרשת הכנה ליו"ט' - בבית מדרשו אין ירושלים.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א לאזט זיך ארויס צום שטאט מעזיבוזש, וואו דער רבי וועט וויילן אויף יו"ט שבועות סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם אור שבעת הימים הבעשטה"ק זי"ע, אין טאג פון יארצייט. כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א קערט זיך היינט צוריק קיין ניו יארק, נאכן וויילן אין ארה"ק פאר די פארלאפענע צוויי וואכן לכבוד ל"ג בעומר. כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואך אין עיה"ק צפת, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין ירושלים עיה"ק.  כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט 'דרשת הכנה ליו"ט שבועות' בבית מדרשו אין וומסב"ג. הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט היינט איבערגעבן 'דרשת הכנה ליו"ט שבועות' אויפן טעלעפאן פאר כלל חסידי באבוב. הגה"צ ר' אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א אבד"ק מטה אפרים וראש ישיבת שערי יושר וועט היינט אויפטרעטן מיט א דרשה במסגרת אירגון שיעורי תורה דורכן טעלעפאן. היינט קומט פאר א אסיפה פאר בחורי חסידי זוועהל-ירושלים לקראת חג השבועות, עס - אין זאל עטרת אויף רחוב שמואל הנביא אין ירושלים עיה"ק.

 

סעודת עניים פון החתן יונגסטע זון ביי הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מדאמבראוו זצ"ל - אין ביהמ"ד הישן ראחמיסטריווקא אין ב"פ. שמחת בית סאטמאר: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ סאטמאר-ב"פ בן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-ב"פ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, מיט די כלה בת הרב בעריש פרידמאן שליט"א אב"ד בית ישראל סידערהוירסט בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א וחתן הגה"צ ר' משה סופר שליט"א אבד"ק פאפא-ירושלים. שמחת בית דינוב - נדבורנא-ב"פ: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב ישראל אונסדארפער שליט"א בן הגה"צ אב"ד ראשית חכמה זצ"ל וחתן הגה"צ ר' אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל גאב"ד האליין ודומ"ץ צאנז-קלויזענבורג, מיט די כלה בת הגה"צ ר' בערל לייפער שליט"א אב"ד נדבורנה לעיקוואד בן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-ב"פ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א. שמחת בית תפארת יחזקאל: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א בן לחתנו הרב יואל האלפערט שליט"א, מיט די כלה בת הרב צבי אלימלך פיש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סאלקא שליט"א חתן אבד"ק וואדקערט שליט"א. עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב נפתלי קאהן שליט"א בן הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א אב"ד דברי אמונה מאנסי וחתן הגה"צ אבד"ק לאנצהוט זצ"ל, מיט די כלה בת הרב מרדכי אפרים פישל סופר שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק בוענאס איירעס ארגענטינא שליט"א וחתן הגה"צ ר' יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב קרית יואל.

 

ניחום אבלים: צו די פטירה פון הרה"ח ר' משה יהודה וואזנער ז"ל, זיצט שבעה זיין זון יבדלחט"א הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי אין זיין שטוב 15 קאופמאן קאורט אין מאנסי ביז מארגען מיטוואך אינדערפרי.

Opmerkingen


bottom of page