דינסטאג פ' שלח - כ"ד סיון תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם וואך אין ק''ק דושינסקיא אין בית שמש, דער ספר תורה איז געשריבן געווארן לעי"נ הב' משה יודא אבעעלס ע"ה וואס איז פאריאהר טראגיש נפטר נאכן פארוואונדערט ווערן פון א זויל וואס איז אראפגעפאלן אויף איהם און לויט די הוראת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א האט מען דאן אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לרפואתו און נאך זיין פטירה האט מען מקדיש געווען דעם ספר תורה לעילו נשמתו.
דער דושינסקיא רבי איז אנגעקומען מיטוואך קיין בית שמש אין אריינגערשיבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, די רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און שטארק מחזק געווען די בני המשפחה און דערנאך געדאווענט מעריב דארט אין שטוב.
צומארגנס דאנרעטשאג נאכמיטאג איז די רבי ווידער אנגעקומען קיין בית שמש און באשיינט די מעמד הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול דושינסיקא אין בית שמש ווי דער רבי האט אפגעראכטן דח ריקודין קדישין און מכבד געווען דעם ברודער הגה''צ אב''ד דושינסיקא בית שמש צו זאגן 'לדוד מזמור'.
Comments