מיטוואך פ' עקב • י"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי סקווירא נעמען אויף מיט שמחה די נייעס איבערן ערשטמאליגער סקווירא ביזנעס עקספא - א צוזאמקום פאר ביזנעסלייט סקווירא חסידים, ארגאניזירט דורך קהל צמח דוד ד'שיכון סקווירא, וואו עס וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר היימישע סקווירא סוחרים מיטצוטיילן איינער מיט דער אנדערער איבער זייער ביזנעס, צו פארמערן ביזנעס איינער מיטן אנדערן בס"ד, דאס די ערשטע אזא פארזאמלונג אין סקווירא, וואס איז שוין אייגנעפירט אין מערערע קהילות הקודש ארייינגערעכנט סאטמאר, באבוב, בעלזא און נאך.
די עקספאו וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגע חודש חשוון אין די וואכן נאך יו"ט סוכות אינעם ריזן RCC קאמפלעקס אין מאנסי, וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען סקווירא חסידים, סוחרים, ביזנעס אייגנטומער און קליענטן צוגלייך, פון שיכון סקווירא, מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג, לעיקוואד, סטעטן איילענד, און מאנטריאל, און פון אלע אנדערע געגנטער איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי, מיטן ציל צו הייבן די היימישע לאקאלע עקאנאמיע, זייענדיג מקיים דעם "וחי אחיך עמך" אויפ'ן שענסטן פארנעם.
Comentarios