top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְהַשְּׁתִיָּה כַדָּת • ערשטע יו"ט פורים ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א | ברייטע דעקונג

  • Bechatzros admin
  • 18 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 18 במרץ

דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, ארי פריינד, JDN


אין חצר הקודש קאסוב איז געפראוועט געווארן דער משתה היין מוצאי שבת קודש אין די העכערע ספערן און האט זיך אריינגעצויגן ביז זונטאג צופרי, דער גאנצע טיש איז געוועהן איין שטיק דערהויבנקייט, זייענדיג די ערשטע פורים נאך די הסתלקות פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, וואו דער רבי שליט"א האט מיט א התרוממות עילאה מעריך געוועהן דעם אכט שעה'דיגע שולחן הטהור, געזאגט תורה בנגלה ונסתר און פארגעזונגען פון די ניגוני קודש ביים טיש.


כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי קאסוב אין בארא פארק, אינאינעם מיט אחיו הגדול האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד, וואו די רבי'ס האבן אינאיינעם אפגעראכטן די טיש בשבת אחים גם יחד, און מכבד געווען איש את אחיו ברוב אהבה וחיבה, עס איז שוין געווען קרוב צו זיבן אזייגער צופרי ווען די ציבור האט זיך צושפרייט נאכן געהויבענעם טיש. 


כמעשהו בראשונה האט זיך דער שושן פורים טיש זונטאג נאכמיטאג פארצויגן גאנצע זעקס שעה ביז שפעט באנאכט, דער טיש איז געקומען צו א קלימאקס ווען דער רבי האט אנגעהויבן די ספרדישע פיוט אעופה אשכונה וואס דער רבי האט איבערגעזונגען איינמאל און נאכאמאל מיט גרויס דביקות און דערויף געזאגט תורה באגלייט מיט פירושים נפלאים בתורת החן.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page