top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ניחום אבלים ביי האד' מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ואחיו ככלות השבעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל

  • sfbechatzros
  • 7 בספט׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 8 בספט׳

זונטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: אברהם משה ש., JDN

הונדערטער אידן, ובראשם אדמור"ים רבנים ואנשים חשובים האבן דורכאויס פאריגע וואך זונטאג און מאנטאג איבערגעגעבן די טרייסט-וואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, בעת ווען דער רבי האט מקבל תנחומין צוזאמען מיט זיין ברודער הרה"צ רבי מאיר ראזנבוים שליט"א, נאך די פטירה פון אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה.


דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ארץ ישראל מוצאי שבת קודש, און איז אנגעקומען זונטאג נאכמיטאג קיין ניו יארק וואו דער רבי איז אין לויף פון די נאכפאלגנדע צוויי טעג געזעצן שבעה אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אויף הופפער סטריט, זייענדיג א געלעגנהייט פאר חסידי ומעריצי בית קרעטשניף סיגעט אין ניו יורק, מנחם צו זיין די אבלים על סילוקו של אותו צדיק.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page