top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דערהויבענע מעמד הכרת טוב במעון קדשו פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א לכבוד חברי ותומכי מכון "דורשי יחודך"

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 4 שעות

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען בקודש פנימה - ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, א געהויבענעם באזוך דורך די עורכי ותומכי מכון "דורשי יחודך", וואס גיבן זיך אפ די לעצטערע יארן צו דריקן און פארשפרייטן לקח אמרותיו פון האי גאון וצדיק משירי כנסת הגדולה - אויפן דירעקטן רוף פונעם פאר הדור צו מחזק זיין די עוסקים במלאכת הקודש במסירות נפלאה.


צום באשטימטן צייט זענען זיך צוזאמגעקומען די כותבים און תומכים וואס האבן פארגעלייגט פארן רב שליט"א אלע שאלות וואס מאכט זיך בשעת'ן שרייבן די הייליגע שיעורים און מאמרים, אויף וואס דער רב שליט"א האט געענטפערט מיט א קלארקייט לדעת את המעשה אשר יעשון.


אן ערהאבן בילד איז געווען צו זען ווי דער רב שליט"א ענפערט אויף די שאלות בטוב טעם און כמעין התגבר האט ער פארציילט פון זיינע זכרונות אזויווי עס וואלט ווען פארגעקומען היינט.


אזוי אויך איז געווארן פארגעלייגט די ווייטערדיגע פלענער פון די ספרים וואס מען פלאנט בעזר ה' צו דרוקן און די קומענדיגע תקופה, אויף וואס דער רב שליט"א האט אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח, און אנגעוויזן הוראות הקודש ווי זיך צו באגיין להגדיל תורה ולהאדירה.


נאך איבער א שעה פון קורת רוח און פארברענגען האט דער רב שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן די נגידי ותומכי המכון, און זיך אויסגעדריקט 'איר זענט מיר אמת'דיג מחיה', דער אויבערשטער זאל ענק געבן די השפעות כהנה וכהנה צו קענען צו דריקן נאך אסאך ספרים בעתיד בס"ד.


bottom of page