בקשו רחמים: האד' מנדבורנא חיפה אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן אוועקפאלן אין מקוה ערב שב"ק
- sfbechatzros
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' כי תצא • י''ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א, וועלכער איז יעצט ערב שבת נאכמיטאג אין ארץ ישראל צוזאמגעפאלן, און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.
דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן זיך נישט גוט שפירן זייענדיג אין מקוה לכבוד שבת קודש, בעפאר דער רבי איז אוועקגעפאלן און הצלה איז אלארמירט געווארן פאר הילף און אפגעפירט דעם רבי'ן צו די לאקאלע ראטשילד שפיטאל פאר באהאנדלונגען.דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל לרפואת מרן חיים אלתר דוד בן ליבא לרפואה שלימה.