top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ברק • אדמורי''ם רבנים אין עמך מיטגעלעבט רירענדע חתונה פון חתן כלה מיט ספעציעלע געברויכן

דאנערשטאג פ' קרח - ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שוקי לרר - בחדרי חרדים


א גאר זעלטענע אין התרגשות'דיגע חתונה איז נעכטן פארגעקומען אין שטאט בני ברק, ווען חתן און כלה ביידע מיט ספעציעלע געברויכן און פיזישע באגרעניצונגען האבן זוכה געווען אריינצוגיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


די חתן בנן של קדושים אלימלך ליטמאן א זוהן פון הרה"ג ר' אברהם יוסף ליטמאן מחשובי חסידי גור אין אשדוד איידעם ביים באקאנטן גערער משפיע הגה"ח ר' משה דב פשענדזע זצ"ל ראש ישיבת פאר ישראל גור, נין ונכד פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע נאך וועם די חתן טראגט דעם הייליגן נאמען, און נאך פילע צדיקים וקדושי עליון, מיט די כלה בת קדושים א טאכטער פון הרה"ג ר' קלונימוס קלמן גשייד רב בית מדרש ביאלא רמת אהרן איידעם פון כ"ק אדמו"ר בעל 'אהבת יעקב' מביאלא רמת אהרן זצ"ל.


אן אומבאשרייבליכע התעוררות האט געהערשט בשעת די מעמד החופה, אין קיין אויג איז נישט געבליבן טריקן בעת ווען דער מלהיב ומעורר לבבות ישראל הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידרמאן האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין והתעוררות, משולב מיט ניגוני דבקות, און מעורר געווען דעם ציבור אז ביי אזא שמחה זענען אלע שערי שמים פתוחים און מקען פויעלן אלע ישועות.


ביים חופה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכע האט אויסגעדריקט רצון קדשן זיך פערזענדליך צו באטייליגן ביי די שמחה מיט בגדי שבת זאגנדיג אז דאס איז אן עת רצון אין א שמחה פון גאנץ כלל ישראל.


די טשערנאבילער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און האט מכבד געווען הרה"צ ר' אלימלך בידרמאן מסדר זיין חופה וקידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.


נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים בשמחה וצהלה, ווען דערביי איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלעכע האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב און זיך מיטגעפרייט ביי די גרויסע שמחה.


עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודת החתונה און פריילעכע ריקודין אין די זאלן פון היכלי הפאר, ווען בארימטע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, אזוי אויך האבן פילע משמחים משמח געווען חתן און כלה ביום שמחת ליבם, די שמחה אינעם זאל בשעת די ריקודין איז געווען עד לב השמים בעת ווען די חתן זיצנדיג אינעם וויעל-טשעיר איז געטאנצן מיט זיין משפחה חברים וידידים וועלכע האבן זיך אלע מיטגעפרייט ביים לאנג ערוואטערטע שמחה, בראש השמחה מצד הכלה האט זיך אנגעזעהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א וועלכע האט אנגעפירט די חתונה מבואו ועד צאתו.


פארן בענטשן איז ערשינען אינעם זאל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן, און איז מכובד געווארן מיט די שבע ברכות נאכן בענטשן.


אזוי אויך האבן זיך באטייליגט דורכאויס די שמחת החתונה הרה"צ ר' שלמה צבי און הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר בני כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, האדמורי"ם מבוהוש - שומרי אמונים - וואסלוי - זוטשקא - זוטשקא אמסנא - טאלנא אשדוד - אוזרוב - לעלוב פון ב"ב - ביאלא פשיסחא - ביאלא פשיסחא אשדוד - קוזמיר - שידלובצא - סוכוטשוב - ספינקא ב"ב - ספינקא רמ"א - גאב"ד ביליץ - אב"ד ראחמסטריווקא ב"ב - אב"ד מאקאווא אשדוד - גאב"ד חוג חת"ס פ"ת - גאב"ד צאנז שיכון ג' - אב"ד מאקאווא ב"ב - אב"ד פרדס כץ - הגאון ר' מרדכי אויערבאך אב"ד אביר יעקב תל אביב - הגאון ר' צבי כץ ראש ישיבת חזון נחום און נאך.




































































































Kommentare


bottom of page