top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאס אנזשעלעס מיטגעלעבט געהויבענעם שב"ק במדבר-מברכים סיון בצל כ"ק האד' מקאשוי שליט"א | ברייטע דעקונג

דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות


לאס אנזשעלעס מיטגעלעבט געהויבענעם שב"ק במדבר-מברכים סיון בצל כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א

גייסטרייכע מעמדים ומאורעות לאזן איבער אויסטערלישע רושם אויף תושבי העיר ותלמידים ומעריצים - פינף טעג פול מיט התחזקות והתעוררות מיט די מעמדים ודברות קודש - אסטראנאמישע סכומים צוזאמגעשטעלט לטובת ישיבה ומתיבתא "אהל רפאל" דקאשוי


להשקות צמאי חסדך: דער געהויבענע באזוך האט כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אונטערגענומען מיט'ן ציל להשקות את הצמאים די ארטיגע חסידישע קהילה קדושה וואס האט פארבעטן דעם רבי'ן שליט"א אריינצובלאזן א חיות דקדושה, מיט דעם ביקור קודש אין די שטאט און די מוסדות והיכלי התורה, אויפצוטרעטן מיט דברות קודש והכנה צום יום טוב שבועות הבעל"ט.


די דאזיגע נסיעה ציעט שטריכן און איז א המשכה פון די אומפארגעסליכע נסיעות פון אביו הגדול כ"ק מרן הרה"ק מקאשוי זצוקללה"ה, וואס פלעגט כידוע אפט באזוכן אין שטאט, אנהאלטעדיג א שטארקע קשר אמיץ וחזק מיט די תושבי העיר ומוסדותי', און האט איבערגעלאזט הויפענעס חיזוק און התרוממות הנפש אויף א לאנגע צייט. שפעטער נאך זיין הסתלקות לחיי עולם הבא בשנת תשס"ה לפ"ק איז דאס פארגעזעצט געווארן דורך בנו וממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר בעל שיח חיים זצוק"ל. אצינד האט יבלחט"א מ"מ כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א פארגעזעצט די מסורת אבות, מיט דעם געהויבענע נסיעה, מחזק צו זיין די מוסדות התורה ותושבי העיר, און אנ"ש, און אויפטרעטן מיט דרשות און מעמדים נהדרים לקראת דעם בעפארשטייענדן יום טוב פון קבלת התורה.


טראץ וואס דער רבי שליט"א האט שוין עטליכע מאל באזוכט אין שטאט זינט דאס איבערנעמען די כתר ההנהגה פון ק"ק ומוסדות קאשוי. האט אבער דער באזוך געטראגן א ספעציעלן באדייט, זייענדיג דעם ערשטן מאל וואס תושבי העיר, וועלכע זענען נאנט פארבינדן מיט'ן רבי'ן שליט"א דורכאויס די יאר, האבן געהאט די זכיה זיך צו ווארעמען אויף א פולע שבת קודש בצילא דמהימנותא, אנדערש ווי די אנדערע באזוכן וואס זענען געווען בלויז אויף געציילטע וואכן טעג.

מיטוואך במדבר פארנאכטס בשעה 6:00 לאס-אנזשעלעס צייט, האט דער פליגער פונעם רבי'ן שליט"א געלאנדעט בשעה טובה אינעם ארטיגן לופטפעלד. וואו דער רבי מיט די געהויבענע פמליא תלמידים מעריצים ומקורבים האבן אפגעשטיגן און דערמיט אנגעהויבן דעם פינף טאגיגן ביקור קודש אין שטאט.


פונעם לופטפעלד איז מען גלייך צוגעפארן צום בית המדרש 'קשר תורה', וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט דעם מעמד הסיום וואס איז אפגעראכטן געווארן לרגל סיום מסכת סוטה, געענדיגט ביי די טעגליכע שיעורים פונעם מגי"ש הרה"ג רבי יצחק שלמה לוריא שליט"א ראש החבורה תפארת בחורים דכולל יחיאל יהודה, און איז צוגעשטעלט געווארן דורך הרבני הנגיד מו"ה ר' רפאל משה יוסף הלוי דויטש הי"ו. דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן די מסיימים בברכת לחיים און משמיע געווען קורצע דברי תורה וברכה.

די אכסניא איז געווען בבית הרבני הנגיד מו"ה אפרים שמואל דויטש הי"ו וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן במשך דעם גאנצן באזוך, אינאיינעם מיט א ענגע צאל מקורבים ובאי ביתו, און איז געווען הערליך צוגעשטעלט אויף א ברייטע און מלכות'דיגע פארנעם. נאך תפילת מנחה האט דער רבי שליט"א אויפגענומען דעם ציבור תושבי העיר בפתקא דרחמי פאר א לענגערע צייט בחדרו הפרטי, און שפעטער ארויסגעקומען צום קבלת פנים.


ביים מעמד האבן זיך אנגעזען א גרויסע ציבור תושבי העיר, וועלכע זענען כסדר געקומען אין די מאסן מקבל פנים זיין פני הקודש לברך ולהתברך. אין שפיץ פון די רבני העיר שליט"א ובראשם הרה"ג ר' יוחנן העניג שליט"א מרא דאתרא פון די חסיד'ישע כולל המתנוסס לתפארה אין שטאט, הרה''צ רבי דוד יהושע שוחט אב''ד קהל חסידים בן כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, ראשי החבורות, און מערערע בני תורה לומדים און מרביצי תורה, וואס זענען געקומען שלום נעמען און באגריסן דעם גרויסן גאסט.

דאנערשטאג במדבר - ערב ראש חודש סיון מוקדם

תפילת שחרית איז אפגעראכטן געווארן אין די חסיד'ישע מתיבתא בשעה 7:30, נאך דעם ברענעדיגן דאווענען אויף א געהויבענעם פארנעם מט התלהבות דקדושה, זענען די בחורים אריבערגעגאנגען נעמען שלום פונעם רבי'ן שליט"א, און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה און הדרכה. אויסרימענדיג די חשיבות און מסירת נפש פון די חשוב'ע בחורים וועלכן פירן זיך אויפ'ן חסידי'שן שטייגער, און גייען אן מיט'ן גאנצן שטארקייט אן צו ווערן געשטערט אדער אפגעשוואכט פון סיי וועלכע שוועריגקייטן און משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה.


א הערליכע מסיבת פת שחרית איז פארגעקומען בבית העסקן הדגול מו"ה מאיר לייב ראזמאן הי"ו, פון די גאר נאנטע מקורבים צום קאשוי רבי'ן ז"ל און שטייט בראש פון די חסיד'ישע מוסדות און אירע אנגעלעגנהייטן אין שטאט במסירות נפלאה. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו פת שחרית אינאיינעם מיט די געסט, און די חשוב'ע קינדער שיחי' פונעם בעל האכסניא. א לענגערע צייט האט מען פארברענגט בנועם שיח מיט זכרונות פון די פריערדיגע באזוכן דורכ'ן רבי זצ"ל און דער רבי בעל שיח חיים זצ"ל. ווי אויך אינטערסאנטע פרטים און אנטוויקלונגען אין שטאט און די חסידישע מוסדות התורה. דאן איז די פאמיליע פון ר' מאיר לייב, זיינע קינדער און אייניקלעך עקסטערע אריין בקודש פנימה מיט א קוויטל לברך ולהתברך, ווען דערביי האבן זיי מנדב געווען א סכום נכבד לטובת די ישיבה הק'.


אין די נאכמיטאג שעות, האט דער רבי שליט"א באזוכט אין די חסידי'שע חדר ד'לאס אנזשעלעס. די קינדער האבן אפגעווארט דעם רבי'ן אין בית המדרש אינאיינעם מיט די חשוב'ע מלמדים ובראשם דער באגאבטער מנהל הרה"ג ר' אברהם זונדל זיגלמאן שליט"א. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה, ברכה און הדרכה פון די קינדער. ספעציעל האט דער רבי מעורר געווען איבער חוקות הגוי וואס איז נוגע די לבוש און שפראך, מוזיק. און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.


דאן זענען די קינדערלעך אריבערגעגאנגען נעמען שלום. און מען האט געדאווענט תפלת מנחה אינאיינעם מיט די צעירי הצאן. שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געגאנגען מבקר חולה זיין א קרוב משפחה לרפו"ש וואס וואוינט אין שטאט.


פון דארטן איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בבית הנגיד ר' אברהם מנחם פיינגאלד הי"ו פון די ערשטע חסידים פון דעם רבי'ן זצ"ל אין שטאט זייענדיג שטארק אין דאס גרונדן די חסידישע מוסדות אין שטאט אויפ'ן רוף פון דער רבי זצ"ל אינאיינעם מיט זיין ברודער הרבני הנגיד ר' שמעון זעליג פיינגאלד ני"ו. די פאמיליע פון ר' אברהם און זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אריין מיט א קוויטל לברך ולהתברך.


אין אווענט זענען נאך פילע תושבי העיר אריבערגעקומען מיט קוויטלעך לברך ולהתברך פאר א לענגערע צייט בבית האכסניא. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזען הרה"צ רבי עזרא אליהו דוויק שליט"א רב דק"ק עוד יוסף חי, און הרה"צ רבי יעקב יוסף ווירצבערגער שליט"א אב"ד בארדיטשוב אוקראיינא וועלכער איז געווען צוגאסט אין שטאט. צווישן אנדערע האט זיך אויך אנגעזען הרבני הנגיד המרומם ר' ישכר דוב (בערל) ווייס שליט"א מעמודי הצדקה אין שטאט, און נאך נגידים חשובים שיחי'.


תפילת מעריב וספירת העומר איז פארגעקומען מיט די השתתפות פון די בחורי המתיבתא און די תלמידים פון די עלטערע כיתות מכינה לישיבה קטנה. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת שבת אחים ליל ששי הכנה צו שבת קודש, ווי די חשוב'ע בחורים האבן פארברענגט בדברי תורה און ווארימע ניגוני התעוררות לכבוד שבת און ניגוני יו"ט שבועות פאר א לענגערע צייט. ווען דערביי האט דער רבי שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה וסיפורי צדיקים, הנהגות און הדרכות ישרות.


ביינאכט האבן שלום גענומען בבית האכסניא, די צווייטע קבוצה פון אנ"ש תלמידים וחסידים, וואס זענען געקומען פון ניו יארק זיך מסתופף זיין אויף שבת בצל הקודש.

ערשב"ק במדבר

תפילת שחרית איז פארגעקומען געווען אין ביהמ"ד אור החיים. נאכ'ן דאווענען זענען די ארטיגע מתפללים אריבערגעגאנגען נעמען שלום ובראשם דער חשוב'ער מרא דאתרא הרה"ג ר' שלמה קליין שליט"א.


נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט רבינו תם תפילין און מעביר סדרה געווען, און שפעטער געפראוועט בבית אכסניא עטליכע געקליבענע נדיבים בעם תומכי המוסדות.


פרייטאג מיטאג איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן עטליכע פון די רבני העיר ובתכם דער מרא דאתרא פון ביהמ"ד בית יהודה הרה"ג ר' אלחנן טויבער שליט"א.


אויך איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן ביי הרה"ג ר' חיים ברוך ראבין שליט"א מרא דאתרא פון בית המדרש בית משה יצחק - עצי חיים ווישניצא. ביים באזוך האט מען זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס בדברי תורה און אינטערסאנטע ענינים. דער רב האט צווישן די ווערטער ערווענט די זיסע טעג וואס תושבי העיר האבן מיטגעלעבט ביי די געהויבענע באזוכן פונעם רבי'ן זצ"ל. דער רבי האט זיך דערביי אויך באדאנקט פאר'ן ערמעגליכן צו נוצן די הערליכע מקוה אין זיין בית המדרש, פארענדיגנדיג מיט ברכות לרוב, און האט ארויסבאגלייט ביז צו די קאר.

השבת נועם הנשמות - שבת קודש פרשת במדבר

צום זמן הדלקת הנרות זענען זיך צוזאמען געקומען די חשוב'ע געסט און תושבי העיר צום בית אכסניא פון ווי מען איז אינאיינעם אריבער צום בית המדרש פונעם חסידי'שן כולל יחיאל יהודא, וואו דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם געהויבענעם שבת.


דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען און באלד נאך לבישת הטלית צוגעגאנגען צום עמוד צו תפלת מנחה, אנגעהויבנדיג מיט א אש להבה "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו". דער רחבות'דיגער היכל בית המדרש איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן פון איין עק ביז'ן צווייטן, אזוי אז צו קבלת שבת האט מען שוין געמוזט עפענען נאך א זייטיגע שטיבל, צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור.


די חשובע גבאים פון ביהמ"ד האבן גאר העפליך און געטריי אויפגענומען דעם חשובען ציבור און פילע געסט און צוגעשטעלט זיץ פלעצער צום דאווענען פאר יעדעם און מכבד געווען בכבוד הראוי איש על מחנהו ועל דגלו, ותשוחח"ל.


נאך תפילת ערבית זענען די מתפללים א לענגערע צייט אריבער געבן שלום און אנוואונטשן גוט שבת. דער מרא דאתרא שליט"א האט אויסגערופן די זמן דער רבי שליט"א וועט אריינקומען צום עריכת השלחן.


דער פארזאמלטער ציבור האבן דאן אהיימבאגלייט דער רבי שליט"א צום בית אכסניא, וואו דער רבי שליט"א איז אריין בחדרו הפרטי. און די אורחים נכבדים האבן געגעסן די סעודת שבת קודש בשב"ת אחים גם יחד צוגעשטעלט ביד רחבה וברוח נדיבה כיד המלך.

עריכת השולחן ליל שבת קודש

דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן בשעה 10:20. עס האבן זיך שוין אנגעזען א גרעסערע ציבור תושבי העיר, וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שולחן הטהור. נאך די פלייש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר יעדן באזונדער במאור פניו, און פארטיילט שיריים פון די פערפל כנהוג.


דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן כל מקדש, דערנאך האט דער משב"ק הרה"ח ר' ישראל אליער קלאר שליט"א מכבד געווען מיט די זמירות שבת קודש די חשוב'ע משתתפים. דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש מיט לענגערע דברי דרוש און הדרכה ישרה.


מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בעל אכסניא הי"ו; דורכאויס דעם גאנצן טיש זענען כסדר צוגעקומען פרישע משתתפים מתושבי העיר, מיטצוהאלטן די עריכת השלחן זמירות ודברי תורה וואס האט זיך געצויגן ביז נאך חצות הלילה.

וביום השבת קודש

תפילת שחרית האט מען זיך געדאוונט אינעם בית המדרש פונעם חסידי'שן כולל בשעה 9:00.


בעפאר קריאת התורה האט אויפגעטרעטן דער מרא דאתרא הרה"ג ר' יוחנן העניג שליט"א, דער רב האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן שליט"א וואס האט זיך מטריח געווען צו קומען באזוכן די שטאט, אויפברענגענדיג די נאסטאלגישע זכרונות בהלו נרו עלי ראשינו ביי די באזוכן פון להבחל"ח דער רבי זצ"ל און דער רבי השיח חיים זצ"ל, און די טיפע קשר צווישן רבני בית קאשוי צום היימישן עולם אין לאס אנדזשעלעס, און די היימישע מוסדות אין שטאט.


דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט פתיחת הארון וואס ער האט איבערגעגעבן פאר בנו חביבו הרה"ג ר' אהרן שליט"א. ביי שישי האט דער רבי עולה געווען, און געלאזט מאכן א מי שברך פון די חשובי מתפללים בעלי שמחה ותומכי המוסדות. ברכת ראש חודש האט דער רבי אפגעראכטן בנוסח קאשוי, מיט געוואלדיגע השתפכות הנפש און התעוררות.


נאך תפילת מוסף האט זיך דער רבי שליט"א באטייליגט ביים קידושא רבא בבית הרה"ג ר' יצחק שלמה לוריא שליט"א מגיד שיעור וראש חבורת הבחורים אינעם כולל, איידעם ביים ראש הכולל שליט"א, לרגל שמחת הולדת בתו למזל טוב. און אנגעוואונטשן די בעלי שמחה און זיידעס שיחי'.


דער ציבור איז אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א געגאנגען אריבער צום בית האכסניא, וואו מען האט געגעסן די סעודה צפרא דשבתא.

ביים סעודה האט מען פארטיילט מצה כנהוג בעפאר שבועות, און דער רבי האט עטליכע מאל ארומגעשמועסט בדברי תורה וסיפורי צדיקים און ניגונים לכבוד שב"ק.


מיט די זמירות זענען מכובד געווארן די חשוב'ע געסט; די רבי האט פארגעלערנט פון ספה"ק נועם אלימלך, און מכבד געווען מיט ברכת המזון בנו הרב אהרן בלום שליט"א. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד שבת קודש, זיך אנכאפענדיג מיט די יונגלעך קינדער פונעם בעל האכסניא.

דרשת פרקי אבות וסעודה שלישית

בשעה 6:50 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שיעור פרקי אבות, וואו ער האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי חיזוק והתעוררות, און גאר רייכע הדרכות. פארטייטשנדיג די משנה פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם ובמשנתו פון דעם רבי'ן זצ"ל, באגלייט מיט פאסיגע דברי הכנה צום בעפארשטייענדן יום טוב קבלת התורה. דורכאויס די דרשה איז דער בית המדרש געווען פול געפאקט מיט א ריזן ציבור וואס איז געקומען הערן דעם דבר ה' ברמה.


נאך תפילת מנחה איז געפראוועט געווארן די סעודת רעוא דרעוין ברוב עם, אויף גאר א דערהויבענער פארנעם. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען די זמירות מיט גרויס התעוררות, און פארגעזאגט ה' מלך, און באזונדער שמע ישראל כמנהג המקום.


ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט מיט דברי מוסר וכיבושין איבער די יסודות פון א איד, חיזוק לתורה ותפילה, צדקה ומעשים טובים, חובת האדם בעולמו, און דערמאנט איבער דעם התעוררות אין שטאט בעניני טעכנעלאגיע וואס קומט פאר אין די תקופה.


תפילת ערבית האט פארגעדאווענט הרב חיים דוד בלעך משב"ק, נאכפאלגנדיג מיט ג-ט פון אברהם און הבדלה ברוב עם און דערנאך ויתן לך.

מוצאי שבת קודש

מוצאי שבת איז פארגעקומען די סעודת מלוה מלכה בבית הרבני ר' ברוך יהודא בערקאוויטש הי"ו בן הרה"ח ר' משה הערש שליט"א משב"ק הרה"ק מריבניץ זי"ע.


ביים מסיבת מלוה מלכה וואו עס האבן אנטייל גענומען א גרעסערע ציבור אנ"ש און תושבי העיר, ובראשם דעם מרא דאתרא הרה"ג ר' יוחנן העניג שליט"א און הרה"ג ר' מנחם קריבוס שליט"א ראש הכולל פונעם חסידי'שן כולל. דערביי איז סערווירט געווארן א גאר רייכע סעודה כיד הצלך לכבוד סעודות דוד מלכא משיחא.


נאכן זינגען די זמירות האט אויפגעטרעטן דער חשוב'ער מנהל פונעם חסידי'שן תלמוד תורה הרה"ג ר' אברהם זונדל זיגלמאן שליט"א.


אין זיינע ווערטער האט ר' אברהם זונדל גאר שטארק ארויסגעברענגט די גרויסע השפעה וואס דער רבי זצ"ל האט געהאט אויפ'ן שטאט לאס אנדזשעלעס. וויאזוי אויף זיין רוף און פארלאנג זענען אוועקגעשטעלט געווארן די חסידי'שע מוסדות אין שטאט, עפעס וואס האט געהאט א השפעה אויף די גאנצע שטאט, און די אלגעמיינע מוסדות האלטן זיך אויך צו א הויכע סטאנדארט אין אידישקייט צוליב די חסידי'שע מוסדות.


דער מנהל האט זיך ווארעם באדאנקט פאר דעם רבי'ן שליט"א אויף דעם געהויבענעם באזוך מחזק צו זיין די שטאט, אויספירנדיג אז די השפעה און רושם פון דעם באזוך וועט געוויס בלייבן אויף א לאנגע צייט.


דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און פארציילט סיפורי צדיקים, ובפרט פון הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זצ"ל, ביי וועמען דער קאשוי רבי זצ"ל האט זיך מסתופף געווען און מקבל געווען זיין דרך אין עבודת ה', לקראת די יארצייט וואס געפאלט דעם ערשטן טאג שבועות. צום שלוס האט מען געטאנצן לכבוד ראש חודש מיט דעם ניגון "אהבת עולם תביא להם וברית אבות לבנים תזכור". מיט בענטשן איז מכובד געווארן הר"ר שמעון זעליג הי"ו.


דערנאך איז משפחת ר' שמעון זעליג הי"ו און משפחת ר' ברוך יהודא בערקאוויטש הי"ו אריין פריוואט בקודש פנימה מיט א קוויטל לברך ולהתברך.

זונטאג - ראש חודש סיון

תפילת שחרית און הלל איז פארגעקומען בשעה 7:30 אינעם חסידי'שן כולל, וואו דער רבי שליט"א האט עולה געווען רביעי לכבוד היום.


אומגעפער כחצות היום האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א געהויבענעם סעודת ראש חודש, מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור תושבי העיר, בבית הרבני הנגיד ר'בערל ווייס הי"ו. די סעודה האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, וואו מען האט פארברענגט מיט זמירות ותשבחות לכבוד היום מתובל בסיפורי צדיקים ובפרט פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר פון מונקאטש זי"ע לרגל די יארצייט איבער זיין קשר מיטן אהבת ישראל פון וויזניץ זי"ע, פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און פון הרה"ק אדמור"י סקולען איבער זייער קשר חזק מיט אביו מרן רביה"ק זצ"ל.


מיט ברכי נפשי איז מכובד געווארן דער בעל אכסניא הרה"ח רבי בערל הי"ו, מיט ברכת המזון הגה"צ רבי מנחם קריבוס שליט"א ראש הכולל, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויף 'ובאו כלם בברית יחד'.


נאך די סעודה איז הרבני הנגיד ר' ישכר דוב ומשפחתו ובניו אריין מיט א קוויטל בקודש פנימה צו באקומען ברכת הקודש. נאכמיטאג זענען אנגעקומען בבית האכסניא א שיינער ציבור תושבי העיר לברך ולהתברך פאר לענגערע שעות. פארנאכטס האט דער רבי שליט"א זיך געזעגנט פריוואט פונעם בעל האכסניא הר"ר אפרים שמואל הי"ו ומשפחתו, וואונטשנדיג ברכות לרוב. ווען דערביי זענען אלע זיינע קינדער באזונדער אריין פריוואט אפצונעמען ברכת הקודש, און זיך באדאנקט פאר זיין חשובע אשת חיל תחי'.


פון דארטן איז דער רבי שליט"א מיט די פמליא תלמידים ומעריצים אפגעפארן צום לופט-פעלד אינעם אויטא פונעם בעל אכסניא הי"ו, וואו מען האט געדאוונט תפילת מעריב. די פליגער האט זיך געהויבן בשעה טובה אום 11:30, אויפ'ן וועג קיין ניו יארק וואו מען איז אנגעקומען אין די פארטאגס שעות.

כל נדיב לבו יביאה את תרומת ה'

די נסיעה איז בס"ד געקרוינט געווארן מיט גאר א גרויסע הצלחה ברוחניות ובגשמיות. סיי מיט די געהויבענע מעמדי קודש וואס האבן אריינגעבלאזן חיזוק און חיות דקדושה אין תושבי העיר, וכמים הפנים לפנים האבן די תושבי העיר אין שפיץ פון די נגידי עם ביישטייערט סכומים אדירים ונכבדים להחזקת הישיבה הק' דקאשוי.


יציאת צדיק מן המקום עושה רושם - דער רישומא דקדושה וואס דער גאר געהויבענער שבת וביקור קודש האט געברענגט אויפ'ן שטאט, וועט געוויס פארבלייבן פאר א לאנגע צייט, און אויפהייבן דעם כח התורה והחסידות מיט פרישע שטאפלען, מיט די הדרכה און נאנטן קשר צום גרויסן רועה נאמן, וואס עינו ולבו שם כל הימים, אויפצובויען און אוועקשטעלן פעסטע יסודות פאר ערליכע חסידישע שטובער אין די שטאט לאס-אנזשעלעס, ע"ד הסלולה לנו מרבותיה"ק נבג"מ עד ביאת הגואל במהרה דידן.


*

אינעם בילד: רבני ותושבי העיר זענען מקבל פנים דעם רבי'ן שליט"א ביים מעמד קבלת פנים.





ביי תפלת שחרית אין דרשת התחזקות והדרכה פאר די בחורי חמד בהיכל המתיבתא.


הגה''צ ר' יעקב יוסף ווערצבערגער שליט''א אדמו"ר בארדיטשוב אוקריינע באזוכט ביים רבי'ן און מקבל ברכת קדשו.


ביים דרשת התעוררות והדרכה פאר די ילדי חן אין אין חסידישן חדר.



הגה''צ הרב עזרא אלי' דוועק שליט''א רב דק''ק עוד יוסף חי באזוכט ביים רבי'ן שליט''א און מקבל ברכת הקודש.

ביי תפלת מעריב ליל שישי און דערנאך דעם געהויבענעם שבת אחים מיט ניגוני התעוררות וסיפורים און הדרכה.

נאך תפלת שחרית ערש"ק אין ביהמ"ד אור החיים די מרא דאתרא הרה"ג ר' שלמה קליין שליט"א מקבל שלום.

דער רבי שליט"א באזוכט ביי הגה"צ רב דק"ק עצי חיים ווישניצא שליט"א.


דער רבי שליט"א באזוכט ביי הגה"צ רב דביהמ"ד בית יהודה שליט"א.

בהדי פניא דמעלי שבתא: אויפן וועג צום ביהמ"ד צו תפלת מנחה וקב"ש.

ביים וואונטשן א גוטע וואך, דערנאך ג-ט פון אברהם, הבדלה און אמירת ויתן לך אינאיינעם.







ביים הערליכן סעודת מלוה מלכה מוצש"ק בבית הרבני ר' ברוך יודא בערקאוויטש הי"ו.

ביים דערהויבענעם ראש חודש טיש אינאיינעם מיט רבני ותושבי העיר שיחי' בבית הרבני הנגיד ר' בערל ווייס שליט"א.









bottom of page