top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מעמדי "הכנסת ספר תורה" דורך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בשותפות מיט אלפי חסידי סקווירא | חלק א'

  • Bechatzros admin
  • 4 במרץ
  • זמן קריאה 6 דקות

עודכן: 5 במרץ

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN


עס איז ווערטערלאז ארויסצוברענגען די התעוררות'דיגע און התרגשות'דיגע מאמענטן וואס האט זיך אפגעטוהן פארגאנגענער דינסטאג אויפדערנאכט ליל חגיגת התורה אינעם בית המדרש הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, ביים מעמד הגדול והקדוש "סיום כתיבת האותיות" פונעם הייליגן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בשותפות פון כלל חסידי סקווירא העולמי וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם הייליגן מבצע "קדשינו" ובראשם מלכם בראשם הוד כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א.


דער בית המדרש הגדול והחדש אזי געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה מיט טויזענטער אידן חסידי סקווירא פון אלע שטעט איבער די גארער וועלט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הייליגע געהויבענע טעג, די ימי החגיגה בחצר הקודש סקווירא.


דער מעמד איז געווען איין לאנגע קייט פון התעלות דקדושה ועונג רוחני, אנגעהויבן ארום 8:00 אויפדערנאכט האבן זיך די טויערן פונעם בית המדרש געעפענט, ווי די משוררי בית סקווירא האבן געזינגען ניגוני הכנה והתעוררות לקראת דעם געהויבענעם מאמענט, ווען צוביסלכווייז האט זיך דער בית המדרש איבערגעפילט, ומרבים העם מלבוא, דאס גאנצע בית המדרש מיט די הויך שטאקיגע גאלעריען און פארענטשעס זענען בליץ שנעל שווארץ געווארן מיט די טויזענטער טויזענטער סקווירא חסידים וואס זענען געקומען מיטהאלטן אט דעם הייליגן מעמד גדול וקדוש סיום כתיבת האותיות.


ארום 9:00 האבן די טויזענטער חסידים מיט רוישיגע געפילן מקבל געווען רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווען צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א איז מיטגעקומען דער משמש בקודש ר' דוד בערגער הי"ו האלטענדיג די הייליגע ספר תורה אין די האנט, דער גאנצע עולם האט מיט גרויס עקסטאז אויסגעבראכן אין לעבעדיגע טענץ "שישו ושמחו בשמחת התורה" און אנגעהאלטן די געהויבענע ריקודין עילאין בדביקות עצומה פאר א לענגערע צייט.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' סענדער אויסטערליץ שליט"א מורה צדק בשיכון סקווירא, ווי מיט זיינע הערליכע פערל וועטער האט ער קונצליך אריינגעפלאכן די שייכות פון אלע ימים טובים במשל מעגל השנה מיט די יעצטיגע מעמד חגיגת ספר תורה. אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז דער רבי זי"ע קוקט יעצט זיכער אראפ מעלמא דקשוט זעהנדיג ווי בנו חביבו ויקירו די רבי שליט"א פירט אזא עדה הקדושה, און מען פירט זיך מיט אזא הייליגקייט מיטן זיך מקבל זיין קבלות טובות בקדושתן של ישראל בעניני טעכנלאגיע אונטערן הייליגן מבצע "קדשינו". און ארויסגעברענגט אז עס איז זיכער אז דער רבי זצ"ל געפונט זיך יעצט דא מיט אונז און מען קען זיך אויסבעטן אלעס גוטס.


דאן האט מען געזינגען ניגוני הכנה לקראת די דברות קודש. דערנאך האבן זיך די טויזענטער חסידים צוגעהערט מפום ממללן רברבן די דברות קודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע האט אנגעהויבן אז בעצם שרייבן א ספר תורה איז א געוואלדיגע זאך, ובפרט דא ביי דעם הייליגן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בקדושה ובטהרה בשותפות פון אזויפיל טויזענטער אידן מיט קבלות טובות בקדושתן של ישראל.


דערנאך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען עטליכע ענינים פון "עשה טוב", אז מען זאל זיך מחזק זיין בעניני לימוד התורה, וקביעות עיתים לתורה, און מען זאל פרובירן צו לערנען לכה"פ צוויי שעה א טאג בלימוד התורה.


אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען שטארקע חיזוק בעניני תפלה, סיי די עצם תפלה בכוונה ובקול רם, און מען זאל זעהן צו קומען צייטליך אין ביהמ"ד, אזוי אויך זאל מען נזהר זיין עפ"י דינא דשולחן ערוך און דאווענען שחרית דייקא בעפאר סוף זמן תפלה.


דערביי האט דער רבי שליט"א מעורר געווען, אז אלע אנשי שלומינו וועלכע וואוינען אין אנדערע שטעט, זאלן אנהאלטן מיט א פעסטקייט צו דאווענען אין די סקווירא שטיבלעך, און לערך צוויי  מאל א יאר, אדער לכה"פ איין מאל א יאר זאלן זיך אלע אנשי שלומינו צונויפקומען אין זייער שטאט תחת קורת גג אחד לחזק ולהתחזק בדרכי אבותינו ורבותינו בדרך חיזוק ואחדות.


דא האט דער רבי שליט"א דערמאנט וואס שטייט אין ספרים הקדושים אז בשעת א שמחה של מצוה קומען די אבות ואמהות אראפ מעלמא דקשוט, דער רבי שליט"א האט אויסגעבראכן אין א שטארקע געוויין ובקול חינוק דמעות האט דער רבי שליט"א געזאגט אז דער טאטע זצ"ל און די מאמע הרבנית ע"ה זענען יעצט דא מיט אונז, און א יעדער קען זיך יעצט אויסבעטן אלעס גוטס, קה זכות אבות יגן עלינו, א יעדער וואס קוועטשט אים עפעס זיי בחלק הגוף און סיי בחלק הנשמה קען זיך יעצט אויסבעטן א ישועה.


דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט לענגערע ברכות לרוב פאר כל הקהל הקודש, ואמר כל העם אמן. די דברות קודש האט זיך פארצויגן פאר לערך א דריי פערטל שעה. און נאכן דברות קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה.


נאכן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א האט מען איבערגעגעבן א "נשמה קוויטל" פון אלע חסידי סקווירא וועלכע זענען שוין נישט בעלמא הדין, און האבן בחיים חיותם געקויפט א קנין אינעם ספר תורה, און דער רבי האט מזכיר געווען נשמתם לטובה.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יעקב יוסף קויפמאן שליט"א יו"ר קדשינו, און איז איבערגעגאנגען דריי קנינים פארן ספר תורה, די ערשטע קנין אלע וואס האבן געקויפט א זכות אינעם ספר תורה איידער די בר מצוה און עס איז נישט געווען בשלימות. די צווייטע קנין איז געווען אז דער רבי שליט"א איז מקנה פון פינף און צוואנציג טויזענט ווערטער פון די הייליגע ספר תורה און איז מזכה אלע דייני סקווירא, און א יעדער וואס וויל זיך איינשרייבן מהיום והלאה האט א חלק אין די ספר תורה. די דריטע קנין איז געווען אלע נשמות וואס גייען אראפקומען אויף דער וועלט, זאלן אויך האבן א זכות שותפות אין די הייליגע ספר תורה.


דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' מיכל אייזנבערג הי"ו פארגעזונגען הערליכע חרוזין ארויסברענענדיג די קדושת הזמן און נאך פארשידענע ענינים אמבאלאנג דעם היסטארישן ספר תורה, דאן איז מען צוגעקומען צום קלימאקס פונעם אווענט ווען דער ציבור האלפים האט מיט א געוואלדיגן רגש אנגעהויבן די ווארימע ניגונים וואס מען איז געוואינט צו זינגען אום יום הקודש און אנדערע התעוררות'דיחגע זמנים אין יאהר, וואו מען האט זיך אויסגעבעטן אלע השפעות טובות על בנינו ועל דורותינו אין דעם הויעכן זמן.


דער רבי שליט''א האט זיך דאן געוואשן די הענט און בדיחלו ורחימו איינגעטינקען די פעדער אין טינט וואס איז געלעגן אין א ירושה פלאש פון זקינו הרה''ק רבי מרדכי מראחמיסטריווקא זי''ע, וואו דער רבי האט מסיים געוועהן די אותיות פון לעיני כל ישראל. אי' שוקל ואי' סופר אראפצוגעבן די רגשי הלבבות און שמחה עצומה וואס האט זיך געשפירט אין די לופטן ווען דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין אויף דער ניגון נגיל ונשיש בזאת התורה וואס האט אנגעהאלטן אריבער א האלבע שעה מיט גרויס דביקות ווען עס גיסט פונעם רבי'ן נחלי דמעות של שמחה שהחיינו והגיענו לזמן הזה.


דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט און מען האט ממשיך געוועהן די טענץ בעת די רבי האט מעודד געוועהן די ניגונים מיט שטארקע תנועות און קלאטשערייען. מען האט דאן ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער ראש הקהל סקווירא, הנגיד בנש''ק ר' נחום זלמן רוקח און העסקן ר' שלום בער פישל וועלכע האבן אריינגעלייגט דמים תרתי משמע אין די היינטיגע חגיגה און האבן כאות הכרת הטוב ערהאלטן די פעדערס פונעם רבי'ן שליט''א אין א הערליכע זילבערנע שיידלעך.


דער רבי האט דערנאך טועם געוועהן לחיים און מזונות כנהוג ביי כתיבת ספר תורה און געוואונטשן לחיים פאר כל הקהל הקודש צוזאמען. צום שלוס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און געמאכט הגבה אויפן נייעם ספר תורה, און מיט גלילה איז מכובד געווארן כ''ק האדמו''ר מזוועהיל שליט''א חתנא דבי נשיאה.


נאכן מעמד האט דער פילקעפיגער ציבור אנגעהויבן דורכגיין מול פני הקודש מיט קוויטלעך, וואו עס איז ביי יעדן - זקנים עם נערים ארויפגעקומען אין זיכרון די הייליגע מאמענטן יום הקודש באנאכט ווען מען גייט דורך מיט קוויטלעך להיזכר לטובה אין דעם גרויסן זמן. דער רבי איז געוועהן ארומגענומען מיט די צוויי ספרי תורה, מימינו דער נייער ספר תורה און משמאלו דער בעל שם הקודש'ס ספר תורה. מען איז דורך אויף א ספעציעלן סדר לויט די יאהרגאנג, וואו עס איז דערביי געוועהן א געלעגנהייט צו געבן א קיש די ספרי תורה. דער מעמד האט זיך געשלאסן ארום 1:30 באנאכט ווען מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט''א בשירה וזמרה.


דער מארגנדיגער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט א יום טוב'דיגע שחרית דורך די צוויי טויזנט בחורי סקווירא מכל רחבי תבל וואס האבן זוכה געווען מיטצודאווענען מיט'ן רבי'ן שליט"א, אין די זאלן פון "עטרת טשארנא".


בעל תפלה איז געווען דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א. נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לקח ולחיים מיט די בחורים. מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער מנהל ישיבה גדולה ברכת יעקב הרה"ג ר' מאיר פאכטמאן האט אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשת הכנה צום גרויסן היינטיגן טאג.


דערנאך זענען אלע בחורים אריבערגעגאנגען קושן די נייע תורה, לויט א ספעציעלן סדר. די תורה איז געהאלטן געווארן דורך דעם רבי'נס קינדער.


דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש, און די בחורים האבן זיך געזעצט אויף א ספעציעלן "סדר הלימוד" אינעם שאטער הגדול וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם פארקינג לאט פון עטרת טשארנא.

ree
ree
ree
ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

Comments


bottom of page