פארלאפענעם מאנטאג לסדר 'למען יאריך ימים על ממלכתו', שטייענדיג ככלות השבעה צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה זצ"ל, האבן חסידי סאדיגורא אויפגענומען בנו יקירו הרה"צ רבי יצחק יהושע העשיל פרידמאן שליט"א אלס ממשיך דרכו וממלא מקומו בקודש בכתר אדמורו"ת שלשלת סאדיגורא. דאס קומט נאך אן אנגעצויגענע וואך בחצר הקודש סאדיגורא, נאכדעם וואס עס איז נישט געווען קלאר וועלכע פון די קינדער וועלן פאקטיש איבערנעמען די הנהגה. מיט יעדן פארבייגייענדן טאג איז קלארער געווארן, אז דער רבי זצ"ל האט אפגעשריבן א זייער דאטעלירטע צוואה וואו ער טוט קלארשטעלן מיט א זיכערקייט אז אין 'סאדיגורא' וועט בלויז זיין 'איין' ממלא מקום וועלכע וועט אנפירן די קהלה אין בני ברק, אין צוגאב וואס אלע מוסדות התורה והחינוך און בתי מדרשים פון קהלות סאדיגורא די בכל רחבי תבל, וועלן שטיין אונטער די אויסשליסליכע בעלות און נשיאות פון בנו חביבו וממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. די צוואה האט דער רבי זצ"ל אפגעשריבן פארלאפענעם ווינטער תש"פ וויילענדיג אין ארץ ישראל און דאס איז די איינציגסטע צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט אפגעשריבן בחייו. לויט ווי קוועלער געבן איבער, האט דער רבי זצ"ל מכתיר געווען זיינע אנדערע קינדער אלס 'רבני הקהלות' אין עטליכע שטעט איבער די וועלט, וואס וועלן אנפירן די בתי מדרשים תחת דגלו ובנשיאתו פון זייער ברודער כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. אין די יעצטיגע טעג קומען פאהר נאכאנאנדע בארוטינגען צווישן גדולי הרבנים און מורי הוראה שליט"א איבער די רבנות-פאסטענעס וועלכע וועלן ווערן איינגעטיילט פאר די אנדערע קינדער, אין איינקלאנג מיט די צוואה פון רבי'ן זצ"ל. מאנטאג נאכמיטאג, ככלות השבעה איז פארגעקומען אן 'עצרת התעוררות' אין שפיץ פון הרבנים הגה"צ שליט"א קינדער פון רבי'ן זצ"ל, וואו עס האט אויפגעטראטן הגאון ר' זאב צאללער שליט"א ראה"כ סאדיגורא. לויט די ארגינאלע פלענרע האט געהייסן אז מ'וועט פארליינען די צוואה, אבער למען השלום האט מען זיך ווידער צוריקגעהאלטן פון ארויסגעבן רצון קדשו פון רבי'ן זצ"ל פאר עדת חסידיו. דערנאך זענען די קינדער ארויס אויף הקפות כנהוג וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די עלייה לציון הק' אויפן ביה"ח אין גבעתיים. צוריקקומענדיג פונעם ציון הק' האבן צענדליגע חסידים אפגעווארט דעם נייעם רבי'ן שליט"א פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין בני ברק און האבן אים אנטפאנגען בשירה ובזמרה, זינגענדיג די ניגון 'אור זרוע לצדיק'. דערביי האט איינע פון די זקני החסידים אויסגערופן: "למען יאריך ימים על ממלכתו" און דער ציבור האבן אפגעענטפערט מיט א הילכיגן 'אמן'. דער רבי שליט"א מיט זיין באקאנטע ענוות חן, האט געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל אויפהערן זינגען און די גבאים האבן זיכער געמאכט אויסצופירן דעם רבינ'ס רצון און האבן שטיל געמאכט די פארזאמעלטע וועלכע האבן אריינבאגלייט דעם רבי'ן בביתו נאוה קודש. אנקומענדיג אין שטוב זענען די זקני החסידים צוגעגאנגען און איבערגעגעבן קוויטלעך און געוואונטשן שיתחדש המלוכה שלו עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים. אין די נאנטע טעג וועט זיך דער נייע רבי שליט"א אריבערציען קיין בני ברק און אנפירן דאס חסידות על מי מנוחות.
למען יאריך ימים על ממלכתו, ימים על ימי מלך תוסיף שנות דור ודור.
שיחות הוד - האד' מסאדיגורה שליט"א מיט זקינו הרה"ק בעל העקבי אבירים מסאדיגורה זיע"א
Comentarios