top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגע אסיפת הרבנים ועסקנים אין מאנסי שטעלט פאר "מצא טוב" שטורמישע חתונה סטאנדארטן רעוואלוציע

  • Bechatzros admin
  • 6 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 6 במרץ

דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אן היסטארישער אסיפת הרבנים איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט מאנסי, מיטן באטייליגונג פון גדולי רבני העיר שליט"א בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. ביים אסיפה האבן די רבנים אדורכגעשמועסט די הויפט יסודות אין וועלכן מען דארף זיך פארטיפן כדי צו קענען ברענגען פאר מאנסי די ענדגליטיגע לעזונג, וועלכער וועט ענדליך עלימינירן די הימלשרייענדע חתונה סטאנדארטן, וועלכע זענען לעצטנס אריבער יעדן גרעניץ.


די אסיפה איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די עסקנים החשובים פון "מצא טוב", וועלכער האט זיך שוין באקאנט געמאכט בקרב ק"ק וויזשניץ מאנסי אלס סוקסעספולער מאדעל וועלכער האט געברענגט דערצו אז הונדערטער מחותנים האבן באקומען די געלעגנהייט צו חתונה מאכן מיט א רואיגער הארץ און געמיט, נישט דארפנדיג זיך קימערן מיט די שוידערליכע אויסגאבן וועלכע האלטן נאר אין איין שטייגן העכער און העכער.


די גדולי רבני העיר פון אלע גרעסערע קהילות אין שטאט, אריינגערעכנט סאטמאר, בעלזא, וויזניץ, באבוב און נאך, האבן זיך צוזאמגעזעצט, און מטכס עצה געווען וויאזוי דאס צו קענען איינפעדעמען ביי אלע קהילות אין שטאט, און אזוי ברענגען דעם היסטארישן דורכברוך וועלכער האט שוין געזאלט אזויפיל מאל צושטאנד קומען, און איז איצט ביים שוועל פון סוקסעסירן נאך וואס א גרופע גאר ערנסטע עסקנים האבן באשלאסן צו נעמען די זאך אין די האנט אריין, כי בא מועד.


נאכפאלגענדיג די געוואלדיגע סוקסעספולע אסיפת הרבנים האבן זיך די עסקנים צוזאמגעזעצט בבית הגה"צ רבי חיים פייוויל שנעעבאלג שליט"א אב"ד אברכים, און אינאיינעם איז מען איבערגעגאנגען די דעטאלן פונעם "מצא טוב" דורכברוך, וועלכער וועט אט אט שלאגן ווארצלען אינעם גאנצן שטאט, און ברענגען די גינסטיגע בשורה טובה פאר תושבי מָאנסי. דער רב שליט"א וועלכער האט זיך פולקאם אריינגעווארפן אינעם נושא, און ארבעט שוין לאנגע חדשים האנט ביי האנט מיט די עסקנים פון "מצא טוב" און האט פאררופן דעם אסיפה, כדי אויסצוקלארן און משנן זיין די פונקטן און נקודות וועלכע דארפן מסודר ווערן, כדי אז "מצא טוב" זאל טאקע מאסימיזירן אירע אויפטוהונגען, איינמאל עס קומט ארויס צו די ברייטע גאס.

ree
ree
ree

תגובות


bottom of page