top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • מאנטאג כי תבא תש"פ


שמחת בית וויזניץ ב"פ: שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג רבי חיים מאיר ברוינשטיין שליט"א, בן הרה"ג רבי שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א ראש הכולל וויזניץ מאנסי, וחתן הרה"ג רבי שלמה פנחס מאלבוצקי שליט"א אב"ד סלאנים מאנסי, מיט הכלה בת הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, בן הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל, וחתן הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א, די שמחה קומט פאר אין די זאל פון עטרת גאלדא אין בארא פארק.


שמחת השבע ברכות בבית וויזניץ מאנסי – קאסאני - ביקסאד: אין ביהמ"ד קאסאני אין בארא פארק צוגעשטעלט דורך די קהלה.


שמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א בן לחתנו הרה"ג יוסף לויפער שליט"א בן הגה"צ הישיש ר' בעריש שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ברוך פנחס לייפער שליט"א בן הרה"צ ר' ישראל יעקב לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט חתן כ"ק אדמו"ר מהאראדענקא-פלעטבוש שליט"א, די שמחה קומט פאר אין זאל פון אור החיים וויזניץ אין בארא פארק.

שמחת הווארט פון הכלה אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, בת הרב פנחס אלימלך שטיין שליט"א בן הגה"צ אב"ד פאלטישאן-בענזינהורס שליט"א חתן הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, מיט החתן בן הרב חיים מאיר ארנסטר שליט"א בן הגה"צ ר' ישראל שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א – אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.

שמחת החתונה פון החתן נכד הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רבי יהוסף חיים שיינפעלד שליט"א מקאסאן גאב"ד קרית הרצוג בן לבנו הרה"צ ר' ישראל צבי לעמבערגער שליט"א חתן הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער אב"ד סערט ויזניץ ירושלים שליט"א מיט הכלה בת הרה"צ רבי חיים בידערמאן שליט"א מלעלוב בן כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין חצר פון ת"ת סוכת דוד אין ירושלים.

שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג חיים יוסף פייג שליט"א פון מאנסי חתן הגה"צ ר' אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן, מיט הכלה בת הרה"ג בעריש לעזער שליט"א בן הרה"ח הישיש ר' ניסן לעזער שליט"א מזקני חסידי באבוב, די שמחה קומט פאר אין זאל פון עטרת חי' אין בארא פארק.

 

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט היינט אנקומען אויף א באזוך אין די נייע חרד'ישע ישוב אין לינדען, ניו דזשערסי, ווי עס וועט פארקומען א מעמד חנוכת הבית פאר די נייע ביהמ"ד דברי שלמה דחסידי באבוב אין שטאט.

היינט לרגל די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מבאבוב ע"ה, אמו של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט דער רב שליט"א אפרעכטן א מסיבת 'לקח און ברוינפן' נאך תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, און דערנאך ארויפגיין צום קבר אויפן ביה"ח אין ניו דזורסי.

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין אנטווערפן און וועט זיך דארט אויפהאלטן ביז די קומענדיגע וואך.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בארא פארק, נאכ'ן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע זוממער וואכן אין פארסקוויל אויף אפרוה.


כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א לאזט זיך ארויס אויפן וועג קיין ניו יורק לכבוד א משפחה שמחה.


ניחום אבלים: די ברודער כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-באר שבע שליט"א זיצט שבעה אין ביהמ"ד זידיטשוב אין בארא פארק, צו די פטירה פון די שוועסטער הרבנית משאץ-מונטריאל ע"ה. אזוי אויך זיצן שבעה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-בני ברק, ראזלא-וומסב"ג שליט"א און די שוועסטער הרבנית מתולדות אברהם יצחק און ראחוב תליט"א – בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין ירושלים.

ניחום אבלים: ביי די קינדער פון הגה"צ רבי אברהם יוסף ראזענבלום זצ"ל ראש ישיבת שערי יושר, זיצן שבעה צו די פטירה פון אמם הרבנית ראזענבלום ע"ה, אין איר שטוב אין בארא פארק.

bottom of page