top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עוֹד יִשָּׁמַע בְּעָרֵי יְהוּדָה • הערליכע שבת של שמחה לרגל עליה לתורה פון החתן נכד האד' מוויזניץ

  • Bechatzros admin
  • 4 במרץ
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


גאר געהויבן איז פאריבער דעם שבת של שמחה בחצר הקודש וויזניץ ביי די שבת עליה לתורה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די חתן הרב חיים ראזענבוים ני"ו אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א, זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, במקהלות הונדערטער חסידים פון איבער די וועלט.


ערב שבת ביים זמן הדלקה"נ איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל הישיבה לצעירים צום שטריימל לייגן, דער רבי שליט"א האט אנגעטוהן די שטריימל פארן חתן און אנגעוונטשן פיל ברכות פאר די חתן מחותנים און בני המשפחה, דערנאך האט מען באגלייט דעם רבי'ן מיט די חתן און מחותנים צום גרויסן ביהמ"ד בשירה וזמרה, פארנט פון ביהמ"ד האבן אפגעווארט די הונדערטער ילדי החמד און מקבל געוועהן פני קדשו מיט פייערליכע געזאנג.


צו מנחה ערב שבת האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט דער אבי החתן הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א, און צו קבלת שבת און מעריב דער אבי הכלה הרה"ג ר' יעקב יצחק קליין שליט"א דומ"ץ וויזניץ, מיט לכה דודי האט דער רבי מכבד געווען הנגיד החסיד ר' חיים שטערן הי"ו פון קווינס.


אום 11:00 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור וואס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פינעף שעה מיט גרויס שמחה, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע פון די כלה הרה"ח ר' אפרים פישל וויינבערגער הי"ו לכבוד די שמחה און לרגל די יארצייט פון זיין פאטער הגה"ח המפורסם רבי אשר יונה וויינבערגער זצ"ל מגדולי חסידי וויזניץ, דערביי האט דער רבי ארומגעשמועסט סיפורים ועובדות איבער די התקשרות פון ר' אשר יונה צו צדיקי בית וויזניץ.


בצפרא דשבתא האט מען באגלייט דעם חתן פונעם רבינס שטוב אויף רח' אמרי ברוך ווי דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פונעם ביהמ"ד צום באגלייטן, צו חזרת הש"ץ ביי שחרית האט דער רבי צוגעשיקט חתנו הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ, די רבי האט געדאוונט פארן עמוד הלל און מוסף מיט די יוצרות פון שבת שקלים, ביים ליינען האט דער רבי מכבד געווען די מחותן הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א מיט הוצאה והכנסה און מיט די עליה פון שלישי.


מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעקומען צו רעווא דרעווין, ביי די דברות קודש האט די רבי שליט"א איבערגעגעבן דברי אלוקים חיים און דברי הכנה צו די ימי השמחה הממשמשים ובאים, און ארויסגעברענגט זיינע געפילן צו די געהויבענע טעג ווען די אבות הקדושים שוכני עפר קומען אראפ משמי מעל, די רבי האט געבעטן דעם ציבור חסידים מיטצוהאלטן די שמחה און זיך מיטצופרייען בעומקא דליבא ביי די שמחה וואס איז ביי איהם גאר גרויס און פערזענליך און בסיום דבריו משמיע געווען דברי הדרכה פארן חתן, און דערביי מאציל געווען מברכות קדשו לרוב פאר די חתן, פאר די מחותנים, און א ברכה מיוחדת פארן זיידן כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א.


נאך הבדלה האט נאכגעפאלגט די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות, דער רבי האט פארגעזונגען כבודו מלא עולם און אודה און געוונטשן לחיים לכל העם הנאספים, הרב יהודה מאיר פאללאק האט פארגעזונגען דברי חרוזין, דערנאך איז די רבי ארויס אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים, און מכבד געווען די בני המשפחה טאנצן מיט די חתן, מען האט פארענדיגט די שמחה אום צוויי דרייסיג אויפדערנאכט. צווישן די אורחים ביים פארשפיל האט זיך אנגעזעהן הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים אבד"ק סיגוט וויליאמסבורג בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט געוויילט איבער שבת אין בני ברק.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


תגובות


bottom of page