אין די יעצטיגע טעג האט בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא ארויסגעשטעלט א וויכטיגע 'בקשה ואזהרה' פאר חסידי בעלזא אז מ'זאל אויספאלגען אלע געזונטהייט רעגולאציעס און מאסנאמען וואס די רעגירונג טוט פארלאנגען און מקיים זיין דעם 'ונשמרתם מאד לנפשותיכם'. עס ליינט זיך ווי פאלגענד: "על דעת קדשו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א טון מיר אויפפאדערן די פאלגענדע זאכן: דער וואס האט סיי וועלכע זאל נישט ארויסגיין פון שטוב און נישט קומען אין ביהמ"ד אדער אנדערע עפענטלךיכע פלעצער כדי נישט גורם זיין א נזק חלילה פאר א צווייטן. מ'בעט אנטון א מאסק אויפן פנים ווען מ'גייט ארויס פון שטוב און היטן צו זיין אפגעזונדערט איינער פונעם צווייטן. די ישיבות וועלן זיך צושטעלן צו די פלענער פון 'וועד הישיבות". דאס קומט נאכדעם וואס די גרויסע חתונה בבית בעלזא איז אפגעראכטן געווארן ווי געהעריג אין גרויסע שטוב אין קרית בעלזא מיט די באטיילעגונג פון טויזענטע חסידים, ווי ברייט באריכטעט.
top of page
コメント