מעמד צאתכם לשלום לכבודו פון האד' מדושינסקיא ביי שמחת הפארשפיל צום גרויסן דושינסקיא חתונה אין לאנדאן
- Bechatzros admin
- 4 במרץ
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 5 במרץ
דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
מיט געפילן פון התרגשות האבן הונדערטער תלמידי וחסידי דושינסקיא ארויסבאגלייט רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, ארויספארנדיג קיין עיר הבירה לאנדאן לקראת די שמחת החתונה פון אן אייניקל, וואס קומט פאר היינטיגן דינסטאג אין שטאט לאנדאן, די כלה א טאכטער פונעם רבינס זוהן הגה"צ ר' יואל יעקב דושינסקיא שליט"א רב הקהילה אין לאנדאן, איידעם ביי הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו דחסידי מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, זון פון הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א, און איידעם ביי כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הגה"צ אבד"ק טשארטקוב לאנדאן שליט"א.
דעם מוצאי שב"ק איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא די שמחת הפארשפיל און מעמד צאתכם לשלום, וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע הונדערטער חסידים פון אלע שטעט ובראשם די רבני ודייני הקהילה, א לענגערע צייט האבן די ציבור חסידים זיך מיטגעפריידט בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן. נאכן זינגען די זמירות פון מוצאי שבת כנהוג האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל דאווידאוויטש הי"ו ממעתיקי השמועה דערציילט סיפורי צדיקים וואו עס איז נהוג מוצאי שבת און אויסגעפירט מיט ווארימע דברי הכנה צו די ימי השמחה און ארומגערעט איבער די התקשרות צו די שמחה בבית צדיקים מריחוק מקום.
נאך ברכת המזון האט ממען ממשיך געוועהן די ריקודין און דער גאנצער ציבור איז דורך ביים רבי'ן שליט"א אפצוגעבן דעם ברכת מזל טוב און זיך געזעגענען. אויפצומארגנס זונטאג נאכמיטאג איידערן ארויספארן צום לופטפעלד איז דער רבי אנגעקומען אויף א תפילה ביים ציון הק' פון צדיקי בית דושינסקיא מקום מנוחתם אויפן בית עלמין נעבן די שערי צדק שפיטאל ווי דער רבי האט שופך שיח געוועהן און געלאדענט די אבות הקדושים צו די שמחה.
זונטאג באנאכט האט דער רבי חונן געוועהן פני העיר לאנדאן, אינעם לופטפעלד האבן מקבל פנים געוועהן א שיינעם ציבור חסידים אין שפיץ פונעם רבינס זוהן דער מחותן הגה"צ רבי יואל יעקב דושינסקיא שליט"א און די ראשי הקהילה. נאך א קורצע אפרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יהושע הערצאג הי"ו איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילת מעריב אין דושינסקיא ביהמ"ד אין די סטעמפארד הילל געגענט ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם אורח הדגול, במעמד כל קהלא קדישא תלמידי וחסידי דושינסקיא אין שטאט. נאכן מעמד קבלת פנים איז מען דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן וועלכער האט באגריסט די חסידים בסבר פנים יפות.
נעכטן מאנטאג צופרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די בחורי הקהילה וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורות. אין לויף פונעם טאג האט זיך דער רבי געפינען אין די גאלדערס גרין געגענט ווי דער רבי איז ארויף לבתי נגידים ושועים אינאיינעם מיט די הנהלת המוסדות. שפעטער באנאכט האט דער רבי באזוכט ביי מחותנו הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א און ביי ידידו ורעו הרה"ג ר' שמעון הירשלער שליט"א מגיד מישרים.
היינט ביום החופה איז געוועהן ספעציעלע זמני כניסה פאר די חסידים און נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגערופן מיט סכומים הגונים פארן קיום און עתיד פונעם תלמוד תורה דושינסקיא אין לאנדאן וואס ווערט געפירט גענצליך על טהרת הקודש אן קיין רעגירונגס שטיצע, און געפינט זיך די תקופה אין א שווערע פינאנציעלע מצב, דער רבי האט פארטיילט א מתנה פאר אלע נגידים די נייע ספר 'אגרות מהרי"ץ' וועלכע אנטהאלט אין זיך היסטארישע מכתבי קודש און קול קורא, השקפה און הנהגת הציבור פון הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא גאב"ד ירושלים זצ"ל, און דערביי אריינגעשריבן א הקדשה בכתב יד קדשו. אצינד ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום חתונה הגדולה, אנגעהויבן ביים מעמד החופה אין די חרדישע סטעמפארד הילל געגענט נאכגעפלאגט מיטן סעודת החתונה אין די ריזן מערידיען גרענד זאל ברוב פאר והדר.










תגובות