מוצאי שבת פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנשטעווסקי
מיט א רגש של שמחה האבן טויזנטער סאטמארער חסידים מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן פון שמחה, די שמחת נישואין פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א אבד"ק ישמח משה קרית יואל, זון פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד בית שמואל דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל, זון פון הגה"צ אבד"ק טשאקאווא זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אין קרית יואל, און איז געוועהן א געהויבענע געלעגענהייט פאר עדת חסידי סאטמאר מיטצולעבן די שמחה כפולה ווען ביידע, חתן וכלה זענען אייניקלעך פונעם ראש בית אב מרן הברך משה מסאטמאר זי"ע.
נאכמיטאג איז די זיידע די סאטמאר רבי שליט''א ערשינען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה, אין נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך. ביים קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, אין די בדחן הר"ר שמואל קרויס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע ייחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה. ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק.
נאכן טרינקען לחיים האט די רבי שליט''א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים מעמד החופה האט די ראש בית אב דער רבי שליט"א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין די שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א זיידע פון די כלה, קריאת הכתיבה: הגה"צ רבי שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה ירושלים, עלטער פעטער פון די כלה. ברכות ראשונות: די פעטער הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א. ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, פעטער פון די חתן. נאכן חופה האט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעוואונטשן אלע משתתפים ביי די שמחה און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס אין מחותנים.
א קורצע צייט נאכן חופה איז דער רבי ערשינען צום סעודת החתונה אינעם ביהמ''ד הגדול, וואו דער ציבור לאלפים האט מקבל געוועהן פני קדשו בשירה וזמרה. די רבי איז געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, דאן איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן.
בשעת די ריקודין האט זיך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען דער וויזניצער רבי צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס און דערנאך עקסטער מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א אב"ד סאטמאר 18'טע עוו. ברכה אחריתא: הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' ממשה יהושע ווייס הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש, דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חתנו הגה"צ אבד"ק ישמח משה שליט"א ובני משפחתו, דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי הרה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, דערנאך דער אבי החתן הגה"צ אבד"ק ישמח משה שליט"א און אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער. דערנאך האט האברך ר' חיים מענדל אקער הי"ו ארומגערעדט דברי בדחנות און דער בדחן האט אויסגערופן די חתן וכלה.
Commenti