בעוד חודש ימים: פיבערהאפטיגע הכנות אין לאנדאן צו היסטארישע "דושינסקיא חתונה"
- בחצרות הקודש
- 29 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 3 בפבר׳
מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות של שמחה איז שוין אין פולע שוואונג די העפטיגע הכנות צו די היסטארישע חתונה הגדולה בחצר הקודש דושינסקיא בעיר הבירה לאנדאן, וואס וועט אפגעראכטן ווערן במעמד אלפי חסידים ומלכם בראשם, דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
די שמחה רופט אויס גרויס התרגשות ביי תלמידי וחסידי דושינסקיא אין לאנדאן, זייענדיג א היסטארישע מאמענט בקורת הקהילה, ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן א 'דושינסקיא חתונה' על אדמת אייראפע.
עס וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסיקא שליט"א בת לבנו הגה"צ ר' יואל יעקב שליט"א אבד"ק דושינסקיא לאנדאן, איידעם ביי הרה"ג ר' שלום צבי אנגלאנדער שליט"א ראש הגולל מחבנוקא בעלזא לאנדאן זוהן פון הנגיד החסיד ר' אליש ענגלאנדער שליט"א און איידעם ביי הגה''צ גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל 'מחשבת הלוי'. די חתן איז א זון פון הגה"צ אבד"ק טשארטקוב לאנדאן שליט"א. די גרויסע חתונה קומט פאהר ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן דינסטאג תצוה אין די פראכטפולע 'מערידיאן פלאזא' זאלן אין לאנדאן, ווי עס ווערט ערווארטעט א מאסיווע צוזאמענפאר פון הונדערטער חסידים פון איבער גאנץ אייראפע און אמעריקע, און פון ארץ ישראל, וואס וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן דעם געהויבענעם שמחת בית צדיקים, און עס ווערן שוין יעצט געמאכט אקטיווע צוגרייטונגען, אין א צוזאמענארבעט צווישן די עסקני החצר פון לאנדאן און ארץ ישראל.
לרגל די שמחה הרוממה, וועט דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אונטערנעמען א 'מסע קודש' צום שטאט לאנדאן און מיטהאלטן די ימי השמחה. דער רבי וועט באטרעטן דעם ענגלישער באדן מאנטאג פ' תצוה, ווי עס וועט אפגעראכטן ווערן א מעמד קבלת פנים לכבודו אין ביהמ"ד דושינסקיא אין שטאט.
מיטוואך ביום החופה וועט פארקומען די מעמד הקבלת פנים בבית מדרשו פונעם אבי הכלה הגה"צ אבד"ק טשארטקוב שליט"א און די חתונה וועט ווי געזאגט אפגעראכטן ווערן אין די מערידיאן פלאזא זאל, במקהלות אלפי ישראל. מיטוואך תצוה, ממחרת החתונה, וועט פארקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך התאחדות תלמידי וחסידי דושינסקיא אין לאנדאן אין די קאנטינענטאל זאלן אין די חרדישע סטעמפארד הילל געגענט.
באזונדער גרייט מען זיך מיט גרויס רגש צום היסטארישן "שבת התאחדות" און שבת שבע ברכות וואס דער רבי וועט פראווען פאר כלל חסידי דושינסקיא פון אויסלאנד. דער רבי וועט פראווענען די תפלות און טישן אויף א געהויבענעם פארנעם מיט די באטייליגונג פון א ריזן ציבור געסט ותושבי העיר, אין די זאלן פון יסודי התורה אין שטאט.
די היינטיגע וואך האבן אפגעשטאט אין לאנדאן א דעלעגאציע פון ארץ ישראל'דיגע עסקנים אין לאנדאן, צו דורכטוהן אלע אראנדזשירונגען, סיי די טעכנישע און די לאגיסטישע דעטאלן פון די גרויסער חתונה און די ימי השמחה ארום.




תגובות