top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

60 נגידים, חברותות פון הגאון ר' שאול אלתר שליט"א, וועלן מיטלעבן זעלטענעם שבת ירחי כלה אין "אטלאנטא"

  • sfbechatzros
  • לפני 39 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

א געהויבענער "שבת חברותא" וועט אפגעראכטן ווערן דעם היינטיגן שבת אין "אטלאנטא" וואס געפונט זיך אינעם לאנד "דזשארדזשיע", בראשות הגאון רבי שאול אלתר שליט"א צוזאמען מיט אריבער זעכציג נגידי ומחזיקי מוסדות "פני מנחם" פון איבער אלע עקן וועלט.


די נגידים זענען אנגעשלאסן אינעם "חברותא" פראיעקט, אנקניפנדיג א פערזענליכע חברותא מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר די פילאנטראפישע סומע פון 360 טויזנט דאלאר, להחזקת מוסדות החינוך פני מנחם, און דערמיט האבן זיי עררייכט די זעלטענע זכי' צו לערנען פערזענליך מיט'ן ראש ישיבה, קומענדיג צו פארן עטליכע מאל א יאר קיין ארץ ישראל בלויז פאר דעם חברותא'שאפט, און אזוי אויך האבן זיי ווען אימער איבער'ן יאר די פריוועליגיע אנצופרעגן ביים ראש ישיבה און מפלפל זיין בשעשועי דאורייתא, און אצינד וועלן זיי געניסן פונעם פריוואטן שבת במחיצת הקודש פונעם ראש ישיבה בשבת אחים גם יחד.


דער ראש ישיבה לאזט זיך ארויס אינאיינעם מיט זיין ברודער הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם, און נאך א קורצע אפשטעל אין ניו יארק וועט ער ארויספארן קיין אטלאנטא צו באשיינען דעם זעלטענעם שבת וואס איז ערווארטעט אריבערצוגיין אויף א גאר רייכן פארנעם, און בעיקר וועט זיך אלעס דרייען ארום "תורה" מיט אייגנארטיגע תורה'דיגע שמועסן און פאנעלן אויף וואס די תורה'דיגע נגידים קוקן שוין ארויס מיט גרויס שפאנונג.

bottom of page