top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מתאחדת בתורתך: בחורי באבוב-45 אנגעהויבן שרייבן ספר תורה פאר די בנין המתיבתא החדש ביי מעמד נהדר "משולשת בתורה"

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 15 בינו׳ 2025
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש


בשמחת התורה איז דעם פארלאפענעם מוצ"ש ויחי אפגעראכטן געווארן דער מעמד נהדר "משולשת בתורה" בחצר הקודש באבוב-45, אראנדזשירט דורך די "חבורת לומדי תורה" דחסידי באבוב-45, ספעציעל מיוחד פאר די טויזנטער בחורים תלמידי הישיבות פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי.


ביים מעמד איז געלאזט געווארן אין גאנג א גרויסארטיגער פראיעקט פון "כתיבת ספר תורה", אונטער וואס עס האבן זיך אנגעשלאסן מיט א זכות שותפות כלל בחורי באבוב-45, צו לאזן שרייבן א נייע ספר תורה, וואס וועט אריינגעגעבן ווערן און זיין צום באנוץ פון די נייע בנין המתיבתא אין בארא פארק.


דער חידוש פונעם פראיעקט איז געוויס דאס אז אנדערש ווי געווענליך ווען מ'צאלט געלט צו באקומען א זכות שותפות אינעם ספר, טוען די בחורים באצאלן מיט "שעות רצופות", כי טוב סחרה מכל סחורה, און עס איז געווען אן אומגלויבליכע מחזה ביים מעמד, ווען עס איז בליץ שנעל צוכאפט געווארן דורך די תלמידים מופלגים וועלכע האבן גענומען אויף זיך הונדערטער שעות רצופות בעמילות התורה.


א רייכע סעודת מלוה מלכה איז געווען צוגעשטעלט פאר אלע בחורים, און מ'האט געהערט די פאסיגע דרשות לכבוד המאורע, דער יושב ראש המעמד איז געווען הרה"ג ר' אהרן יודא גארדאן ר"מ במתיבתא, און דערנאך האט מען געהערט א דרשה נפלאה בגודל מעלת לימוד התורה ברציפות דורך הרה"ג ר' ישראל מרגליות ר"מ בישיבת וויזניץ.


דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די דברות קודש והתחזקות דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט ארויסגעהויבן בשבחם פון די תלמידי הישיבות וואס נעמען אויף זיך אזא דבר נשגב, ווען מ'לאזט שרייבן א ספר תורה מיט שעות רצופות.


דערנאך איז ארויפגעברענגט געווארן על שלחן המלך די צוגעגרייטע גוילי הספר, און דער רבי האט אנגעהויבן שרייבן די ערשטע אותיות, און דערנאך איז נתכבד געווארן צו שרייבן הרבני הנגיד ר' מענדל קליין פטרון חברת לומדי תורה, מיט וועם דער רבי האט זיך דאן ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ.


די כתיבת ס"ת איז שוין אין פולע שוואונג, און עס איז געפלאנט אריינגעגעבן צו ווערן ביים מעמד הגדול "חנוכת הבית" פונעם בנין המתיבתא החדש, ההולך ונבנה לשם ולתפארת.
























תגובות


bottom of page