top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

משלחת נכבדה פון ק"ק סקווירא אין מאנטריאל געלאדנט האד' מסקווירא אויף באזוך אין ליכט פון הרחבת גבולי הקדושה

  • Bechatzros admin
  • 1 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש

דעם פארלאפענעם מיטוואך נאכט איז ארויסגעקומען צו פארן פון מאנטריאל קאנאדא קיין שיכון סקווירא א משלחת נכבדה פון רבני סקווירא מאנטריאל אינאיינעם מיט די פני העדה און עסקני הקהלה, און זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פערזענליך איינלאדענען דעם רבי'ן צו קומען זען פונדערנאנט דעם הערליכן בלי און וואוקס בקרב הקהלה והמוסדות אין מאנטריאל וואס איז הולך וגדול מיט א געוואלדיגע הצלחה.


דאס קומט אין א צייט וואס אין די לעצטערע וואכן האט מען פארענדיגט א מאסיווער פראיעקט פון הקמת בניני המוסדות, האט מען בהדרת כבוד געלאדנט דעם רבי'ן, יבוא צדיק ויאכל פרי מגדיו, דער רבי זאל מופיע זיין בהדרתו און שעפן נחת פון די הרחבת גבולי הקדושה.


די משלחת איז באשטאנען אין שפיץ פון הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, זיין איידעם האדמו"ר מטריסק מאנטריאל שליט"א, און די ראשי הקהלה ופני העדה, צווישן זיי הרה"ח ר' יוסף מאיר זילבערמאן מנכ"ל מוסדות סקווירא אין מאנטריאל, הרה"ח ר' ברוך אהרן געשטעטנער הי"ו, בעל אכסניא פון רבי'ן שליט"א אין מאנטרעאל, און נאך עטליכע אנשים חשובים ועסקני המוסדות.


די משלחת איז געווען בקודש פנימה א לענגערע צייט, ארויסברענגענדיג דעם נחיצות הענין און געוואלדיגע חיזוק וואס ס'וועט זיין פאר די אנגייענדע הרחבת גבולי הקדושה, בשעת דער גאנצער ציבור לעכצט אזוי ארויס צום מלך ביפיו תחזינה בתוככי מאנטריאל, און דערביי פארבעטן דעם רבי'ן אפצושטאטן ביי זיי אין שטאט אונטערוועגנס אהיים פון קאליפארניע וואו די רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן למנוחת הנפש.


דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען ברכת הקודש פאר די גאנצע משלחת, אויסדרוקנדיג אן אויסטערלישע הנאה וקורת רוח פון די הערליכע גריסן ובשורות טובות פון די קהלה און מוסדות אין מאנטריאל.

bottom of page