דאנערשטאג פ' קרח - ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
ובכן לך יכתירו
א מעמד נשגב איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם ליל ששי אינעם עיר גדולה לאלוקים בית שמש, די 'מעמד הכתרה' פאר הגאון הגדול ר' דוב הכהן רבינוביץ שליט"א וואס איז אויפגענימען געווארן לכהן פאר אלס 'רב' פון די נייע בליענדע רמה ד' געגענט אין בית שמש, ווי עס האבן זיך לעצטענס באזעצט א גרויסער ציבור פון בני הישוב הישן בני העדה החרדית.
די מעמד איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול ברסלב אין רמה ד' בראשות פילע אדמורים ורבנים פון שטאט. הרה"ח ר' אהרן ברייער שליט"א ר"מ בישיבת תולדות אהרן אין בית שמש האט איינגעלייטעט די מעמד און אויפגענומען דעם נייעם חשובן רב מיט פאסיגע דברי הערכה, כראוי וכיאות.
דערנאך האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מקאסאן בית שמש חתן כ''ק האדמו"ר מתולדות אהרן זצוק''ל וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז עס בויען זיך נאך און נאך 'חומות' פון די 'עדה החרדית' אין שטאט בית שמש וועלכע טוט אויפברענגען גרויס פרייד ביי אלע איינוואוינער פון בית שמש.
דאן האט גענימען דאס ווארט הגאון הגדול ר' חיים יוסף בלויא שליט"א מו"צ עדה החרדית ורב שכונות פאג''י זוהן פון הגאון ר' יעקב בלויא זצ"ל חבר בד''ץ העדה החרדית וואס דער נייע רב איז זיינס אן אייניקל און האט גענאסן ביי אים א קירבה יתירה, דערנאך האבן אויפגעטראטן דער פאטער פונעם מרא דאתרא הגאון הצדיק ר' גמליאל רבינוביץ שליט"א, הגאון ר' חיים לייב רובינשטין שליט"א רב שכונת רמה ד' 2 און צום שלוס האט מען געהערט די אינהאלטסרייכע דיבורים דברי פי חכם חן פונעם נייעם מרא דאתרא הגאון הגדול רבי דוב רבינוביץ שליט"א.
נאכן מעמד האבן אלע איינוואוינער ארויסבאגלייט דעם נייעם רב בשירה ובזמרה כנהוג מקדמת דנא אויף די גאסן פון שטאט, בשירה ובזמרה צהלי ורוני יושבת ציון אין נאך ניגוני שמחה.
Comentários