top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שמחת נישואין געפראוועט בחצר הקודש מחנובקא בעלזא נאכפאלגנדיג זמן שמחתינו‎

דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: אברומי בערגער, JDN

 

חסידי מחנובקא בעלזא האבן דעם מאנטאג מיטגעהאלטן דער שמחת נישואין בחצר הקודש, פון החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' שלום רוקח שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע מנחם שטערן שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שמואל דוד טויב שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב שלום טויב שליט"א אב"ד עתלית, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל ראבינאוויטש שליט"א אב"ד ביאלא בני ברק.


מאנטאג נאכמיטאג ביום החופה איז כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון זיין זוהן דער מחותן הרב שלום וואו ער האט זיך געזעגענט און געוונטשן די חתן כנהוג. ביים קבלת פנים איז די פעטער כ"ק אדמו"ר מאלעסק ירושלים שליט"א מכובד געווארן מיט קריאת התנאים, און די רבי מיט די מחותנים האבן אנגעטוהן פארן חתן די מלבושי קודש מאוצרו הטוב, די יארמולקע פונעם הייליגן אפטא רב און די קיטל און גארטל פון הרה"ק מבעלזא זי"ע.


ביים מעמד החופה איז די זיידע כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה די פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א, און די זיידע'ס הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק און הגה"צ אב"ד ביאלא בני ברק. ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אב"ד עתלית שליט,א, נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד די שמחה, און נאך א קארצע וויילע איז דער ראחמסטריווקא רבי אריין אין בית מדרש און איז געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה.


נאכן חופה האט די ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער פון כלה הגה"צ רבי יקותיאל ליברמאן אב"ד סאדיגורא ירושלים, די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס הגה"צ אב"ד סטריקוב, הרה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא, אב"ד בנימינה, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מלינסק און הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי בן האדמו"ר מטשערנאביל, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א.


נאכן בענטשן האט זיך די ציבור ארויסגעלאזט אין ריקודים של שמחה, ווי מען האט זיך משמח געווען בשמחת חתן וכלה, במשך די ריקודין איז די גאנצע ציבור דורך ביים רבין שליט"א און די מחותנים וואונטשן מזל טוב. דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזען אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מביאלא ב"ב - ביאלא רמ"א - גארליץ - ביאלא פשיסחא - בערגסאז - ספינקא רמת אהרן - ביאלא ישרי לב - קארלין לעלוב - נדבורנא פ"ת - גאב"ד ביליץ, אב"ד טשערנאביל אלעד, אב"ד מאקאווא ב"ב און נאך.


כחצות הלילה האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ, צום ערשט זענען געטאנצן די זיידע'ס הרבנים שליט"א, דערנאך די פעטער'ס האדמורי"ם מביאלא בני ברק און יערוסלאב, און די מחותנים, דאן האט די רבי שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה מיט גרויס התלהבות, עס איז שוין געוועהן 2:30 ווען מען האט פארענדיגט די חתונה הרוממה, און די גאנצע ציבור איז דורך וונאוטשן מזל טוב.



Kommentare


bottom of page