top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי מאנסי באגריסן מיט פרייד און חדוותא דקדושה גרינדונג און עפענונג פון שטאטישער בית הוראה שע"י התאחדות הרבנים

דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגער טעג איז געעפנט געווארן דער פראמינענטער בית הוראה "לשכת צבי" שע"י התאחדות הרבנים, אין שטאט מאנסי.


די עפענונג פון די נייע בית הוראה איז אפגעצייכנט געווארן מיט א הערליכן מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם לאקאל אין מאנסי, וואו עס האבן זיך באטייליגט די רבני וחברי הביד"ץ התאחדות הרבנים, אינאיינעם מיט גדולי רבני ודייני עיר מאנסי וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם פריידיגן מאמענט.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך דעם יושב ראש הרב ליפא קליין שליט"א יו"ר מערכת הכשרות, וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם יעצטיגן מאמענט אויפן געביט פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען עס ווערט געעפענט א בית הוראה שע"י התאחדות הרבנים אין מאנסי. הר"ר ליפא האט זיך באדאנקט בשם די הנהלה, פאר הרבני הנגיד ר' יעקב אלימלך גראס הי"ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן בדמים תרתי משמע צו אוועקשטעלן דעם פלאץ ברוח ובגש"ם.


דאן האט אויפגעטרעטן הגאון הצדיק רבי מנחם זכרי' זילבער שליט"א אב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים וועלכער האט ארומגערעדט איבער די התייסדות פונעם ערשטן בית הוראה שע"י התאחדות הרבנים אין וויליאמסבורג וואו דער רב שליט"א איז געווען פון די ערשטע צוויי מורי הוראה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע. דער רב שליט"א האט דערמאנט זכרונות פונעם התמנות אין שטוב פון הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע און ארומגערעט איבער די געוואלדיגע זכי' און אחריות פון מורי הוראה ביים פסק'נען שאלות לרבים.


דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א חבר הבית דין, וועלכער האט ארומגערעדט איבער די אייגנארטיגקייט פונעם בית הוראה שע"י התאחדות הרבנים, כאטש יעדער קהילה פארמאגט א באזונדערע בית הוראה, איז דאס אייגנארטיג, וויבאלד עס איז פאר'ן כלל. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ראלע פון התאחדות הרבנים וועלכע זענען אלעמאל דא געווען צו צושטעלן רוחניות'דיגע געברויכן פאר'ן ציבור.


דאן האט מען געהערט די ווערטער פון הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ורב מערכת הכשרות וועלכער געבט זיך אפ רונדע דעם יאר מיט די פילצאליגע פעולות פונעם בית הוראה שע"י התאחדות הרבנים אין וויליאמסבורג.


עס האט אויפגעטרעטן הגאון רבי משולם פאלאטשעק אב"ד מגד יהודה וחבר ביד"ץ וועלכער האט ארויסגעברענגט בשבחו פון הרה"ח ר' הערשל גראס ע"ה וואס על שמו איז דער בית הוראה נתנדב געווארן "לשכת צבי" און זיך באדאנקט פאר בנו הנדבן הרבני הנגיד ר' יעקב אלימלך גראס הי"ו וועלכער האט מנציח געווען דעם בית הוראה לשמו ולזכרו פון זיין פאטער.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי יעקב ווייס שליט"א מו"ץ בית הוראה דק"ק טאהש מאנסי וועלכער וועט שטיין אין שפיץ פונעם נייעם בית הוראה אז אלעס זאל געפירט ווערן בהשכל ובדעת. הרה"ג רבי יעקב האט ארויסגעברענגט וויפיל ארבעט עס איז אריין אין צוזאמשטעלן די הערליכע ליסטע פון די פילע מורי הוראה מובהקים פון מערערע קהילות קדושות וועלכע פסק'ן שוין שאלות פאר'ן ציבור זה רבות בשנים מיט גרויס סייעתא דשמיא און מומחיות.


הרה"ג רבי יעקב האט אויפגערופן זיין פאטער הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א אבד"ק סאטמאר לאנדאן וועלכער איז אליינס געזעסן פאר לאנגע יארן אין די וויליאמסבורג בית הוראה פון התאחדות הרבנים און גע'פסק'נט שאלות פאר'ן ציבור. דער רב האט ארויסגעברענגט וויפיל צענדליגער שואלים פלעגן אריינרופן אין וויליאמסבורגער בית הוראה, לאו דוקא פון וויליאמסבורג נאר פון די גאנצע וועלט, אזש אפילו פון ווייטן אויסטראליע, וויבאלד אידן איבער דער וועלט לעכצן צו הערן פסקים פונעם ערליכן בית הוראה שע"י התאחדות הרבנים, אזוי אויך האט דער רב ארויסגעברענגט אז ווען ער האט גענומען שימוש פון פאפא רב זצ"ל האט דער פאפא רב אריינגעשריבן אינעם 'שטר הוראה' אז ער גיבט אים די שטר הוראה נאר בתנאי אז ער וועט נעמען שימוש דייקא פון די רבני התאחדות הרבנים. בין הדברים האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט לשבח פונעם זון הרה"ג ר' יעקב שליט"א וועלכער איז א מורה הוראה מובהק און ת"ח וועלכער פירט אן מיט דעם בית הוראה שלא ע"מ לקבל פרס, און טוט די ארבעט בשלימות.


צום שלוס האבן די גדולי הרבנים שליט"א קובע געווען די מזוזות אינעם נייעם בית הוראה, און באוואונדערט די רייכקייט און שיינקייט מיט וואס די לשכת הוראה איז אהערגעשטעלט געווארן, און די געוואלדיגע חידושים וואס איז אריינגעלייגט געווארן צו באקוועם מאכן דעם ציבור השואלים. דערנאך האט זיך אנטוויקלט א משא ומתן בפלפולה של תורה איבער דער חיוב ברכה ביים קובע זיין א מזוזה מיט עלעקטראנישע געצייג וועלכע זענען נישט כח גברא.


דער הערליכער מעמד איז געקומען צו א ענדע ווען די רבנים שליט"א האבן פארלאזט דעם מעמד איבערלאזנדיג ברכות לרוב פאר די דיינים שליט"א, און באזונדער פאר די עוסקים במלאכת הקודש.






































Comments


bottom of page