top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה • יום טוב פורים בחצר הקודש באבוב

עודכן: 18 במרץ

דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס התעוררות איז אריבער די געהויבענע ימי פורים המשולש

בחצר הקודש באבוב.


פורים אינדערפרי נאך שחרית האט די רב אפגעראכטן א מסיבת לחיים און פארטיילט נאנט און פורים געלט פאר אלע בחורים. ביים טרינק סעודה ביום הפורים זענען פילע אידן המצפים לישועות דורך אל מול פני הקודש באקומען ברכת קדשו פונעם רב שליט"א זייענדיג א זמן מסוגל ווען אידן זעהן יעדעס יאר אפענע ישועות.


צווישן די פרייליכע טענץ האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט הטפסר המרומם ר' ישראל אלכסנדר ענגלענדער הי"ו עמוד התווך פון קהילות ומוסדות באבוב ברחבי תבל.


בשעת די טרינק סעודה זענען צוגעקומען הרה''ג ר' יענקל פעלדמאן מראשי ק"ק וויזניץ אין בארא פארק און הרב זעליג קארניצער משב''ק ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און מזכיר געווען די וויזניצער רבי מרן ישראל בן לאה אסתר, קומעננדיג פון לאס אנדזשעלעס נאך וואס זיי זענען געווען ליל   פורים ביים רבי'ן, און דער רב שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרוב.   זונטאג ביים שושן פורים טיש האט די לאנגיעריגע פורים רב מזכיר געוועהן מרן אדמו''ר מוויזניץ שליט''א לרפואה שלימה.


 היי יאר האט דער רב נישט גערייכערט, להורות הלכה אז מ'טאר נישט רייכערן כלשונו, נאר געלאזט די פיאקע ציבעך אויפן טיש און געזאגט אז די גאנצע ענין איז דאך בלויז מעורר צו זיין זכות אבות וואס האבן אזוי געטוהן קען מען מעורר זיין מיטן קוקן דערויף. ביים טרינק סעודה האט זיך אויך אנגעזעהן הרה''צ ר' דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי און הרה''צ רבי מרדכי זאב דושינסקיא בן האדמו''ר מדושינסקיא.


 מוצ''ש איז פארגעקומען דעם טיש לכבוד שושן פורים, מיטן פורים שפיל כנהוג און נאכן טיש האט מען געטאנצען צמאה לך נפשי פאר איבער א שעה ביז די פריע פארטאגס שעה'ן.


ביום שושן פורים איז דער רב שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא צום מנהג רימפלען, עס זענען ארויף אויפן טיש פילע בני ירושלים און דער ציבור האט זיי מהנה געווען מיט צדקה. דער רב שליט"א האט דערנאך צובראכן גלעזער און פענסטערס כנהוג, און געוואונטשן די בחורים מיט זיווגים הגונים. דערנאך האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן שוואגער הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א, מיט ש''ב הרבני הנגיד ר' האשי הערצקא הי"ו, נכד הרה''ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע. און מיט די צוויי געהויבענע משפיעים הגה''צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א און הרה"ג ר' חיים דוד בלום שליט"א.


ביינאכט איז פארגעקומען דעם טיש אין ביהמ''ד הגדול לכבוד שושן פורים, אינאיינעם מיט'ן סיום הש''ס געלערנט דורך חברת שינון הש''ס דבאבוב, ביי די דברות קודש האט דער רב שליט"א מאריך געווען בשבחם פון די אינגעלייט המסיימים און זיי מכבד געווען צו טאנצן אין צענטער פון ביהמ''ד און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד. ביים טיש האט דער רב שליט"א דערמאנט הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן מו''צ בקהל יטב לב און דומ"ץ דינוב קרית יואל וואס איז געווען אנוועזנד ביים טיש, מיט וועם די רב שליט"א האט אסאך פארברענגט היי יאר וויילענדיג אין פלארידע אויף אפרוה און שפעטער ביים טאנצן איז דער רב ארויס אין א ריקוד מיטן דיין, א באזונדערע געהויבענע ריקוד איז דער רב שליט"א געטאנצן מיט גיסו הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט''א.























































































































Comments


bottom of page