top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שינוי מקום: הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן וועט פראווען הילולא פון בת עין אין אלעד

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 בנוב׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' ויצא • י' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

טויזענטער אידן זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די היסטארישע הילולא היינט דאנערשטאג נאכט, ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין זי"ע, וואס וועט פארקומען דאס יאר אינעם ריזן היכל הכינוסים אין שטאט אלעד, במקהלות אלפי ישראל חסידים ואנשי מעשה.


די געהויבענע טאג פון י"ב כסלו די יארצייט פונעם הייליגן בת עין, ווערט יאר יערליך געפראוועט אויף א געהויבענע פארנעם בצל הקודש פון המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, וועלכער ברענגט אריין א התעוררות אין די צענדליגע טויזענטער משתתפים מיט זיין הפלאדיגע שפראך און חוש המעורר.


היי יאר ווען די יארצייט געפאלט בעצם יום השבת קודש, וועט די ריזן מעמד פארקומען מארגן דאנערשטאג נאכט ליל שישי אין שטאט אלעד, אנדערש ווי א געווענליכע יאר ווען עס ווערט געפראוועט אויף א ריזן פארנעם, וועט עס דאס יאר זיין אויף א קלענערע פארנעם, אבער דאך מיט א מאסיווע ציבור וואס איז ערווארטעט צו קומען קיין אלעד מיטהאלטן די געהויבענע מעמד.


שבת קודש וועט דער משפיע וויילן אין ירושלים עיר הקודש, און פראווענען די תפילות באטע און שלש סעודות במעמד אלפי ישראל לכבוד הילולת הבת עין, אין די ריזן היכל הטישן פון פינסק קארלין אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים.


*

די הכנות צום גרויסארטיגן סעודת הילולא אינעם היכל הכינוסים אין אלעד

ree

תגובות


bottom of page