ערהאבן מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי פינסק קרלין אין ביתר
- בחצרות הקודש

- 19 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 20 בינו׳
זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אפ"ק, JDN
א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געפייערט געווארן די וואך, פארן ספר תורה צום ביהמ"ד 'אורחות ישראל' פינסק קארלין אין די גבעה B געגענט אין שטאט ביתר, נדבת משפ' זאלצמאן הנכדבה לעילוי נשמת הרה" ר' משה שלום זאלצמאן ע"ה מחשובי חסידי פינסק קארלין.
דער רבי איז ערשינען צום סיום כתיבת אותיות און מסיבת לחיים און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, וואו דער רבי האט באגלייט א לענגערע צייט די תהלוכה.
נאכ'ן אריינפירן די ס"ת אין היכל ביהמ"ד, איז דער רבי ערשינען אין היכל ביהמ"ד, ווען מ'האט געזאגט די קאפיטלעך וואס איז נהוג צו זאגן נאכ'ן מכניס זיין דעם ספר להיכל ה', און מ'האט געזינגען "שישו ושמחו" מיט ריקודין ומחולות בשמחת התורה.






















תגובות