יהדות געיטסהעד לעבט מיט היסטארישע מעמד הכתרה פון הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א אלס מרא דאתרא
- לפני 16 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א פייערליכע מאניפעסטאציע פון כבודה של תורה האט איינגעהילט יהדות געיטסהעד ביים זעלטענעם גראנדיעזן מעמד "הכתרה" וואו די גאנצע עדה הקדושה תושבי העיר, זקנים עם נערים, האבן מכתיר געווען דעם נייעם אלוף לראשם ורועה עדת ישורון, דער נייער רב הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א.
דער מעמד איז פארגעקומען אויף א פראכטפולן פארנעם אין די גרויסע "ביואיק" זאלן אין שטאט, וואס איז געווארן מלכות'דיג אהערגעשטעלט לכבודה של תורה, באגלייט מיט די פרקי שירה וזמרה דורך די טאלאנטפולע בעלי מנגנים פון די "געיטסהעד קאפעליע", באגלייט מיט א קינדער-כאר.
דער מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורך הגאון ר' יודא לייב וויטלער שליט''א ראש ישיבת שערי חיים מאנטשעסטער, וועלכער האט צוערשט אויפגערופן דעם ראה"ק הרב מאיר מנשה באדנער וועלכער האט באגריסט די פארזאמלטע און ארויסגעברענגט דעם דבר הקהלה איבער די גרויסע שמחה וואס נעמט יעדן ארום.
דערנאך האט איז פארגעזאגט געווארן פרקי תהילים דורכ'ן משגיח הגאון ר' מרדכי יוסף קארנאוואסקי שליט''א, נאכגעפאלגט מיט א ספעציעלע מי שברך לרפואתו פונעם בריסקער ראש ישיבה מרן הגאון ר' אברהם יהושע בן עטיל לרפו"ש.
במשך די מעמד איז פארגעליינט געווארן מכתבי ברכה לכבוד המאורע דורך גדולי ישראל פון איבער די גארער וועלט, צווישן זיי מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, הגאון האדיר רבי דוב לאנדא און הגאון האדיר רבי משה הילל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע, דער זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, און נאך פילע רבני אייראפע, אריינגערעכנט א בריוו פון כ''ק האדמו''ר מוויזניץ לאנדאן שליט''א און א בריוו פונעם בית דין צדק התאחדות קהילת החרדים כדתיא.
א טאפנדע התרגשות האט זיך געשפירט אין זאל ווען מ'האט צוגעטרעטן צום הויכפונקט, ווען הגאון הגדול ר' יעקב עהערנטרוי ראש ישיבת סאנדערלאנד האט פארגעליינט דעם כתב הכתרה, אונטערגעשריבן דורך אלע רבני העיר וראשי הישיבות, און עס דאן איבערגעגעבן לידו פונעם נייעם רב, ויענו כל העם יחדיו: "מזל טוב", אויסברעכנדיג אין פייערליכע געזאנג און טענץ.
מיט'ן משא המעמד האט אויפגערעטן דער זקן ראשי ישיבת באייראפע הגאון הגדול ר' אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, און דאן האט מען געהערט די דרשת נואם הכבוד דורכ'ן אורח הדגול הגאון הגדול ר' אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפן, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם כח פון א נייעם רב וואס באקומט א כח פון הימל צו פירן דעם עם ה', ואין אחר דבריו כלום, ער האט אויך מרחיב געווען איבער דער ענין פון אחדות וואס איז די יסוד היסודות פון א ערליכע קהילה יראים ושלמים.
דאן האט מען געהערט די דרשה דורך הגאון ר' חיים משה לעווי רב פון די יעקישע קהלה אין ציריך שווייץ, איבערגעבנדיג בתוך דבריו אז ער געט אויך איבער דעם ברכת הכתרה בשליחות הגה''צ ר' הערש אלימלך פאדווא שליט"א רב פון די חסיד'ישע קהלה אין ציריך שווייץ.
איידער דער נייער רב האט צוגעטרעטן צום איינצוגס-דרשה, האט מען כמנהג המקום אים מקנה געווען א נייעם טלית, מיט וואס ער וועט זאגן די דרשה. דער טלית איז נקנה געווארן דורכ'ן וועטעראן ראה"ק הרבני ר' יוסל שליידער, דער רב האט איבערגענומען דעם טלית און זיך מתעטף געווען דערין נאכ'ן מאכן א שהחיינו בשם ומלכות און א ברכת להתעטף.
דער רב האט דאן משמיע געווען די איינצוגס-דרשה באצויבערנדיג דעם ציבור מיט פערלדיגע רעיונות און התחזקות איבער'ן חשיבות פון לימוד התורה און די חשיבות פון ערליכע בעלי בתים.
דורכאויס דער מעמד האט זיך אנגעזען דאס השתתפות פון פילצאליגע גדולי הרבנים וראשי ישיבות מרחבי אייראפע, צווישן זיי דער פריערדיגע מרא דאתרא אין שטאט הגאון רבי שרגא פייווייל ציממערמאן רב קהלת פעדערעישן לאנדאן, הגאון ר' פלטיאל שווארץ מראשי ביד"ץ כדתיא לאנדאן, הגאון ר' חיים היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער, הגאון ר' אברהם עהרנטרוי ראש ישיבת נצח ישראל הרבנים הגאונים חברי וועד הרבנים אין שטאט, הרה"ג ר' יצחק צבי שטראה רב פונעם חסיד'ישן שטיבל אין שטאט, און נאך.

































