top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זארג צווישן חרדישע אידן נאך וואס מדינת ישראל מיליטער רעקאמענדירט אפצורופן פייערונגען ל"ג בעומר אין מירון

דאנערשטאג פ' אחרי • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: דוב העכטמאן


שטייענדיג אומגעפער דריי און א האלב וואכן בעפאר די הילולא קדישא פון דעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע אין אתרא קדישא מירון, האט דאס מדינת ישראל מיליטער געלאזט הערן זייער רעקאמענדאציע, מען זאל ח"ו גענצליך נישט לאזן דורכפירן קיין שום גרויסע מעמדי תפילות, הדלקות, חאלאקעס און ריקודין אינעם געהויבענעם טאג אין אתרא קדישא מירון.


דאס מיליטער זאגט אז זייער רעקאמענדאציע נעמט זיך פון דעם וואס דער הר מירון אומגעגנט איז נישט ווייט פון דער גרעניץ מיט לבנון וואו עס הערשט מאמענטאל א מלחמה. זיי צייגן אן אז אין לויף פון די לעצטע זיבן מאנאטן פון דער מלחמה זענען שוין עטליכע מאל געפלויגן מיסילס, ראקעטן, דראונס און אנדערע וואפנס אין ריכטונג פון מירון.


די נייעס איז אויפגענומען מיט ציטער אנגסט ביי חרדישע אידן, און שלומי אמוני ישראל וועלכע זעהן דערין א פרישן פּרואוו פון דער ציוניסטישער רעגירונג צו פארכאפּן קאנטראל און בעלות אויפ'ן הייליגן ארט, מיט'ן נוצן דעם אויסרייד פון מלחמה. גלייכצייטיג טוען ערליכע אידן אויסווארטן אויף די הוראת שעה און דעת תורה פון די גדולי ישראל און מען איז מתפּלל אז אלעס זאל זיך גוט אויסלאזן, און מ'זאל קענען פראווען די הילולא קדישא מתוך שמחה והתרוממות הנפש בזכות התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

bottom of page