top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כ"ק בעל עמק התשובה שליט"א: תורה מיגני ומצלי!

דעם פאריגן שב"ק איז הגה"צ רבי אהרן שמואל פרענקל שליט"א נכד הרה"ק מדאראג זי"ע וגאב"ד חוג חתם סופר ירושלים, דער ראש פון די כוללים נעץ "אמרי בינה" אין ארץ ישראל, און דער זון פון מרן הגה"צ רבי נפתלי הירצקא פרענקל זצוק"ל חבר הבד"צ, געווען אין אתרא קדישא מירון, מיט זיינע נאנטע און פאמיליע מיטגלידער, לכבוד די שמחת החאלאקע פון אן אייניקל.

ערב שבת קודש איז דער גאב"ד שליט"א געקומען אויף א באזוך ביי כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א' דורכאויס דעם שמועס האבן די רבנים שליט"א געשמועסט אין דברי הלכה ואגדה, און צווישן אנדערע האט דער גאב"ד קארלסבורג שליט"א דערציילט איבער די יארן וואס ער האט געלערנט ביי זיין רבי הגה"ק דער מהרי"ץ דושינסקי זי"ע, ווי אויך האבן זיי געשמועסט איבער דעם זיידן פון גאב"ד חוג חתם סופר שליט"א – הגה"צ רבי ישכר דוב גאלדשטיין זי"ע אויף זיין ספר "הגהות והערות" אויפ'ן חתם סופר, און אויך אויף תשובות "אמרי בינה" פון זיין טאטן כ"ק דער בעל "אמרי בינה" זצוק"ל.

צווישן אנדערע האבן די רבנים געשמועסט אויף דעם וויירוס וואס דרייט זיך איבער דער וועלט, האט הרב פרענקל שליט"א געפרעגט דעם גאב"ד קארלסבורג, וואס ענטפערט מען פאר יונגעלייט וועלכע ציטערן צו קומען אין כולל צוליב דעם ווירוס, האט גאב"ד קארלסבורג געענטפערט: דער וואס האט קאפ ווייטאג זאל לערנען תורה! נאר תורה, נאר תורה וועט העלפן! זיי האבן זיך פריינטליך געזעגנט און געוואונטשן לחיים און מזל טוב.


0 תגובות

Comentarios


bottom of page