top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • דינסטאג כי תבא תש"פ


החתן בן הגה"צ ר' משולם פייש גינזבורג שליט"א אדמו"ר מחוסט, מיט די כלה בת הרב נתן נפתלי הורוויץ שליט"א אב"ד אור יחזקאל חתן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א מטעמעשוואר - אין זאל 'זמר' אין בארא פארק.


שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, הכלה בת בנו הצעיר הרב מרדכי ברזובסקי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול סלונים אין מאה שערים געגענט אין ירושלים.


שמחת החתן מאהל פון החתן בן הגה"צ ר' יוסף גרינפעלד שליט"א אב"ד סעמיהאי אין סאפפערן בן הגה"צ אבד"ק סעמיהאי ב"פ שליט"א וחתן הגה"צ ר' שלמה לויפער שליט"א אב"ד קראלי מאנסי, מיט די כלה בת הגה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א אדמו"ר מתולדות מרדכי בן הגה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי וחתן כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א - אין ביהמ"ד תולדות מרדכי אין לעיקוואד.


שמחת החתונה פון החתן בן הרב משה באב"ד שליט"א בן הגה"צ ר' יוסף באב"ד שליט"א מלפנים דומ"ץ בעלזא-לונדון, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א בת לחתנו הרב אהרן שפיגל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו-קאלאשין זצ"ל - אין די זאלן 'לעגאסי' אין בארא פארק.


שמחת החתונה פון החתן בן הרב יעקב מאיר שפירא שליט"א בן הגה"צ ר' חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת ורב דקהל חסידים רמת אהרן וחתן הגה"צ ר' מאיר כ"ץ שליט"א ראה"כ ש"ס סערט-ויזניץ חיפה, מיט די כלה בת הרב אפרים דוב כהנא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א – אין הויף פון סעמינאר גור אין בני ברק.


עס איז געשלאסן שידוך פון הכלה אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, בת הרב פנחס אלימלך שטיין שליט"א בן הגה"צ אב"ד פאלטישאן-בענזינהורס שליט"א חתן הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, מיט החתן בן הרב חיים מאיר ארנסטר שליט"א בן הגה"צ ר' ישראל שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א.


די לעצטע שבע ברכות בבית וויזניץ - קאסאני - ביקסאד: אין ביהמ"ד ביקסאד אין וומסב"ג צוגעשטעלט דורך די קהלה.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, החתן בן לבנו הרב יחיאל מיכל האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ ר' נפתלי פרענקעל זצ"ל חבר בד"ץ עדה"ח, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א בת לבנו הרב שמואל הערש מאסקאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מראדאשיץ זצ"ל.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' ישראל ארנסטר שליט"א משגיח ישיבת ויזניץ בני ברק בן הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת ויזניץ וחתן כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' חיים לייפער שליט"א אדמו"ר מטעמעשוואר אלעד בן כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר ב"פ וחתן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל. 


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב חיים יחזקאל לויפער שליט"א בן הרב בעריש לויפער ז"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' מנחם מענדיל גאלדבערגער שליט"א רב דקהל תורת מנחם רימנוב חתן  הגה"צ ר' חנינא אברהם לייטנער זצ"ל גאבד"ק מאנטיוואדעא.

 

כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט היינט נאכט אנקומען צום 'קרית הישיבות' אין אלעד און דאווענען תפלת מעריב בהיכל הישיבה און דערנאך אפרעכטן א מסיבת לחיים לכבוד די יארצייט פון אמו של מלכות ע"ה.


כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א קומט היינט אן אויף א באזוך אין שטאט בית שמש און וועט לערנען 'א' ב' כנהוג, מיט ילדי ת"ת תולדות אהרן אין בית שמש - אין ביהמ"ד תולדות אהרן אין 'גבעת ירושלים' געגענט אין בית שמש. דערנאך וועט דער רבי שליט"א אויפנעמנען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים.


כ"ק אדמו"ר מסערט-וויזניץ שליט"א קומט היינט אן קיין אלעד אויפצונעמען קהל חסידי לקראת די ימים נוראים.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-וומסב"ג שליט"א וועט היינט אויפנעמען דעם ציבור אין לעיקוואוד בבית ר' יחזקאל מייראוויטש הי"ו.


ניחום אבלים:כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-באר שבע שליט"א זיצט שבעה בבית מדרשו אין בארא פארק, צו די פטירה פון שוועסטער הרבנית משאץ-מונטריאל ע"ה. אזוי אויך זיצן שבעה איר מאן און קינדער אין מונטראיל. די שוועסטער'ס הרבנית מתולדות אברהם יצחק און ראחוב תליט"א.


ניחום אבלים ביי די קינדער פון הגה"ק ר' אברהם יוסף ראזענבלום זצ"ל ראש ישיבת שערי יושר אין איר שטוב אין בארא פארק.

 

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' יששכר דוב כ"ץ זצ"ל גאב"ד דושינסקיא-וומסב"ג - די צענטראלע סעודת הילולא, אינאיינעם מיט די סיום ג' בבות וואס איז געלערנט געווארן דורך תלמידי ישיבת תורת א"ש דושינסקיא - קומט פאהר אין בנין רחל אין וומסב"ג.

bottom of page