top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דקהל "ערבי נחל" אין סטעטן איילענד

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 27 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 28 בינו׳

מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברמי ווייס


א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען אין סטעטן איילענד פארן מהודר'דיגע ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד ד'קהל ערבי נחל דורכן רב הקהילה הגה"צ ר' אשר זעליג מיללער שליט"א לע"נ אביו הגה"צ רבי פסח מיללער זצ"ל אבד"ק חמעלניק וואס זיין יארצייט פאלט אויס די וואך ראש חודש שבט.


די רב שליט"א וואס איז געווען צוגאסט פארלאפענעם חודש אין ארץ ישראל פוקד צו זיין ציון אביו אין טבריה ככלות י"ב חודש לפטירתו האט דארט באזוכט בבתי גדולי ישראל הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האבן אריינגעשריבן די לעצטטע אותיות אינעם ספר תורה.


א גרויסן ציבור מתפללי ביהמ"ד ותושבי סטעטן איילענד ובראשם די רבני העיר, האבן געהאט די געלעגנהייט צו שרייבן א אות אין די נייע ספר תורה ביים רב שליט"א אין שטוב, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד כתיבת האותיות.


צווישן די רבני העיר האבן באשיינט דעם מעמד הגה"צ אב"ד גראסווארדיין ובנו הרב הצעיר ד'גראסווארדיין, אבד"ק תפארת אליעזר, אבד"ק תפארת ישראל סקולען, אבד"ק מעקילניץ, אבד"ק קאפיטשניץ, דומ"ץ סקווירא, דומ"ץ בעלזא, ראש ישיבת נתיבות התלמוד און נאך.


באזונדער האט ארויסגעשיינט דאס השתתפות פון די ברודער'ס און שוואגער'ס פונעם רב שליט"א בני וחתני הגה"צ אבד"ק חמעלניק זצ"ל, און די קינדער פון הגה"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, גאב"ד קארלסבורג, דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, אבד"ק מראה יחזקאל, און אבד"ק אוסטריק.


דער רב שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אות אינעם ספר תורה, און ספאנטאן האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבודה של תורה. דאן האט די רב שליט"א געמאכט הגבה, דערנאך איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, ווי ס'איז פארגעקומען די תהלוכה.


אין ביהמ"ד האט מען ממשיך געווען די ריקודין לכבוד התורה פאר א שטיק צייט. ביים טאנצן אין ביהמ"ד איז געשאפן געווארן א שיינעם ריקוד דורך די לומדי הכולל פון "כולל ר' וואלף", וואס געפינט זיך אין זיין ביזנעס קאמפלעקס אין סטעטן איילענד, מיסודו פון הרבני הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו פטרון הכולל, וואו הגה"צ אבד"ק ערבי נחל שליט"א דינט אלס ראש הכולל.


דערנאך האט מען ארייגעשטעלט דעם נייעם ספר אין די ארון הקודש און דער רב שליט"א האט פארגעזאגט לדוד מזמור.


מיט א וויילע שפעטער האט מען ממשיך געווען די שמחה מיט די סעודה לכבודה של תורה, וואס איז פארגעקומען כהיכל הביהמ"ד. דורכאויס די סעודה האט דער רב שליט"א משמיע געוועהן פאסיגע דיבורים לכבוד המאורע ולכבודה של תורה.


בשעת די סעודה האט זיך שטארק אנגעמערקט די געדרענג אין דעם אויסגעוואקסנער מקום תורה וואו מען האפט טאקע בקרוב הימים זיך צו נעמען צו די מלאכת הבני' צו פאברייטערן דעם בית המדרש, וואס דינט אלס די צענטער לתורה ולתפילה פאר פארן שטאט סטעטן איילענד.


ree
ree

ree
ree

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page