top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי תולדות צבי ספינקא איינגעהילט אין פרייד נאך חתונה גדולה בחצר הקודש

מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ברגשי גיל וחדוה האבן פילצאליגע חסידים ותושבי קרית יואל נעכטן מיטגעהאלטן די שמחת נישואין פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף דוד יואל טירנויער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חיים בנימין כהנא שליט"א אדמו"ר מספינקא קרית יואל, די חתונה איז פארגעקומען אין די בית רחל פאראדייס זאלן אין קרית יואל.


מיטוואך ביום החופה האט דער רבי געדאוונט שחרית בהיכל הישיבה קטנה אין קרית יואל, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די כוללות קוויטל פאר אלע תלמידי הישיבה, און זמני כניסה לברך ולהתברך בהאי יומא רבה.


ביים קבלת פנים האט בדחנא דמלכא ר' אהרן קליין הי"ו משמיע געווען דברי התעוררות דערמאנענדיג זכות אבות בהאי עידנא דחדוותא, נאכן באדעקן האט די רבי אנגעטוהן פארן חתן די מלבושי קודש פון אביו הרה"ק מספינקא זצ"ל און מען איז געגאנגען אונטער די חופה ביי וועלכן מען האט געזונגען ווארעמע ניגוני קודש לבית ספינקא. כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. הגה"צ אב"ד קראלי מאנסי עלטער פעטער מצד החתן איז מכובד געווארן מיט קריאת הכתובה. ברכות ראשונות די זיידע הרב שלמה הערש ראזנפעלד מדעעש און כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא. נאכן חופה האט די ספינקא רבי מאציל געווען ברכות קדשו לכל הקהל הקודש ארויפברעגנדיג זכות האבות הקדושים שרפי מעלה, דערנאך האט די רבי מכבד געווען די זיידע האדמו"ר מחוסט צו וואונטשן דעם ציבור הנאספים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


נאך די חופה איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום ישיבה גדולה אין טשעסטער בקרית יואל און דארט אפגעראכטן די סעודת החתונה אינאיינעם מיט די תלמידים הקרויים בנים בחורי הישיבות הקדושות, מען האט זיך געוואשן צו די סעודה און געזונגען ניגוני שמחה. עס האבן אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי משה יעקב שליט"א און דער ראש הישיבה הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א וועלכע האט ארומגערעט איבער די געוואלדיגע קשר כמים פנים אל פנים פונעם רבי'ן שליט"א צו די תלמידי הישיבה. דערנאך האט די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה מיט רגשי שבח והודאה דערמאנענדיג דעם דורכגאנג וואס די רבי איז דורך במצב בריאותו מיט א יאהר צוריק, און ב"ה אז מקומט צוריק צו די כוחות בשלימות, און געבעטן די בחורים ווייטער מתפלל צו זיין למען בריאות גופו.


ארום צעהן דרייסיג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל בקול תודה ורינה המון חוגג. דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט א ריקוד מיט די חתן און מחותנים לענגערע מינוטן ווען דער עולם הייבט זיך ביי די ריקודין א טפח מעל גבי קרקע, עס איז געווען א געלעגנהייט דורכצוגיין ביים רבי'ן ולברך ולהתברך בזמן השמחה, ברכת המזון און שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער מצד החתן האדמו"ר מזאבלטוב שליט"א.


בדחנא דמלכא הר"ר יואל שפיטצער הי"ו האט אויפגערופן דעם רבין שליט"א צו די געהויבענע מצוה טאנץ, די רבי האט דערביי משמיע געווען דברות קודש בהתעוררות רב ארומרענדיג איבער די גודל הזמן און די עת רצון איידער מרקד זיין לפני הכלה, די רבי האט מעורר געווען זכות אבות, און אויך דערמאנט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע וועלעכע האט זוכה געווען צו משמח זיין ביים זיידן די הייליגע ראפשיצער רב, און מאציל געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים. ביי די ריקודין קדישין האט דער רבי שליט"א געהויבן דעם עולם, טאנצ'דיג מיט די כלה, און דערנאך מיט די חתן, מיט די מחותנים און די זיידעס האדמורי"ם והרבנים הגוה"צ שליט"א, און א באזונדערע ריקוד מיט די קינדער און אייניקלעך בני משפחת המלוכה.


דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען די ריקודין פון די אנדערע זיידעס און די מחותנים שליט"א, די חתונה האט זיך געענדיגט קרוב לעלות השחר ברן יחד כוכבי בוקר.





コメント


bottom of page