top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשת חבר: הרבנית הצדיקת מזידיטשוב פרעמיסלא, מרת פייגא רבקה פיש ע"ה נפטר געווארן דעם ערב שב"ק

  • sfbechatzros
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני יום 1

מוצאי שב"ק פ' חיי שרה• כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס צער און טרויער איז דעם ערב שבת בפניא דמעלי שבתא אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון די הרבנית הצדיקת מזידיטשוב פרעמיסלא, מרת פייגא רבקה פיש ע"ה וועלכער האט דעם פרייטאג נאכמיטאג א קארגע שעה פארן כניסת השב"ק צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה ליוצרה בדמי ימיה אין בליענדן עלטער פון דריי און פופציג יאר, נאכן ליידן פון א שווערע קרענק ל"ע די לעצטע תקופה.


די לוויה וועט ארויסגיין היינט מוצאי שבת בשעה 9:00 ביים ביהמ"ד זידיטשוב פרעמיסלא אויף 4 עמעס לעין אין מאנסי.


די פטירה בטרם עת פון די רעבעצין ע"ה רופט ארויס גרויס טרויער ווען אזא אשה צדקנית איז אוועקגעריסן געווארן אזוי יונג ל"ע, און בפרט זענען זיך חסידים ומערצים משתתף בצערו של בעלה הגדול כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, איר חשובן פאטער און די גאנצע משפחה המעטירה.


די רעבעצין ע"ה איז געבוירן און יאר תשל"ב צו איר פאטער יבדלחט"א הגה"צ רבי חזקי' יעקב פיש שליט"א אדמו"ר ממאטע סאלקא וויליאמסבורג, אן אייניקל בן אחר בן צום צדיק מפורסם רבי יעקב פיש זצוק"ל פון קאלוב, אן אן אייניקל פונעם עטרת צבי פון זידיטשוב און דער בני יששכר זכותם יגן עלינו, איר מוטער די רעבעצין תליט"א איז א טאכטער פון הרה"ח המפורסם רבי יעקב כ"ץ זצ"ל פון קרית טאהש מחותנו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע.


אין יאר תש"נ האט זי זוכה געווען אריינצוקומען בקשרי שידוכין מיט איר גרויסן מאן און ערשטן קאזין כ"ק הגה"צ המפורסם רבי צבי הירש פיש שליט"א האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא, א זון פון איר פעטער כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק מטאהש זי"ע. נאך זייער חתונה האבן זיי זיך באזעצט אין קרית טאהש וואו זיי האבן געוואינט נאנט צום גרויסן זיידן דער טאהשער רבי זי"ע, ביי וועם די רבי שליט"א איז געווען גאר באליבט כידוע.


די רעבעצין ע"ה איז אלע יארן איז געווען א געטרייע עזר בקודש, שטייענדיג לימין קדשו פון איר גרויסן מאן די רבי שליט"א מיט גרויס געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט, באזונדער איז זי געווען באקאנט מיט איר אויסערגעווענליכע ערליכקייט און צדקות, און איז געווען באקאנט מיט איר מסירות נפש מקרב צו זיין נשות ישראל לאביהם שבשמים.


בשנת תש"פ עטליכע יאר נאך די הסתלקות פונעם זיידן די טאהשער רבי זי"ע, האבן זיי זיך אריבערגעצויגן קיין ניו יארק, ווי איר מאן די רבי שליט"א האט געגרינדעט זיין הויף און ביהמ"ד זידיטשוב פרעמיסלא אין שטאט מאנסי, ווי מאסן אידן זענען משכים לפתחו און זענען נהנה מזיו אורו הבהיר.


ליידער איז זי נישט געזונט געווען די לעצטע פאר יאר, נאך פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס מיט וואס זי האט זיך געמוטשעט, און מקבל געווען די יסורים באהבה און מיט א פעסטן אמונה. דעם פרייטאג ערב שבת איז זי נתבקש געווארן לישיבה של מעלה איבערלאזנדיג נאך זיך א הערליכע דור פון חשובע קינדער און אייניקלעך, אריינגערעכנט עטליכע קינדער יתומים, צווישן זיי א כלה וואס איז נישט לאנג צוריק אריין בברית האירוסין מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' צבי הירש לאנדא שליט"א, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

ree

bottom of page