top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פארלוסט אין עולם התורה והחסידות: המשגיח הגאון ר' אביעזר אשר זעליג שפירא זצ"ל רב ביהמ"ד דראהביטש נסתלק געווארן

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' משפטים • כ''ד שבט | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די בשורה קשה איבער די הסתלקות פון הגאון הצדיק רבי אביעזר אשר זעליג שפירא זצ"ל, וועלכער איז געווען א געהויבענער געשטעל וואס האט פארקערפערט צוויי וועלטן דינענדיג אלס א משגיח אין א ליטווישע ישיבה און פון די אנדערע זייט האט ער ממשיך געווען דרך אבותיו הקדושים לבית דרוהוביטש.


דער משגיח, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון איין און אכציג יאר, איז צענדליגער יארן געווען דער רוח החיים פון די בארימטע ישיבה קטנה קול תורה, וואו ער האט מעמיד געווען טויזנטער תלמידים, בשעת ער פירט אן מיט זיין בית המדרש אור החיים אין שכונת גאולה אלס המשכה צו די דראהאביטשער דינאסטיע.


דער משגיח זצ"ל איז געווען א געוואלדיגן יחסן זייענדיג אן אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן שרף פון מאגלאניצא זי"ע, זיין פאטער הרה"צ רבי שלמה אהרן שפירא זצ"ל איז געווען א רעכטע אור אייניקל פונעם שרף פון מאגלניצא זי"ע אייניקל פונעם הייליגן קאזינצער מגיד זי"ע.


ארום און ארום, האט ער געטראגן א הערליכן יחוס צו די גרעסטע מאורות החסידות, זייענדיג עטליכן מאל אן אייניקל פון דעם הייליגן רוזינער זי"ע ולמעלה בקודש, און מגזע מעזריטש, ליזענסק, קאסוב, זאבלטוב, סאסוב, קארלין, סטאלין, קרעמניץ, ראדוויל, זלאטשוב, אפטא, טשערנאביל, און נאך פיל.


דער משגיח זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי הגאון רבי מאיר אפרים ווינקלער זצ"ל, רב אין קאפענהאגן דענמארק און שפעטער ר"מ אין ישיבת תורה אור. אום שנת תש"ל, נאך די פטירה פון ש"ב הגאון רבי אברהם יעקב שפירא זצ"ל אבד"ק דראהביטש איז ער געקרוינט געווארן אלס רב פון בית המדרש "אור החיים" דראהביטש אויף די מלאכי גאס אין די גאולה געגענט אין ירושלים, וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן נאך פארן קריג דורך א קבוצה דרוהוביטשער חסידים וואס האבן זיך באזעצט אין ירושלים.


אין צוגאב צו זיין פאזיציע אלס רב אין דעם חסידישן שטיבל איז ער אום שנת תשל"ח גערופן געווארן צו דינען אלס משגיח אין די ישיבה קטנה קול תורה, וואו ער איז געווען שטארק באליבט ביי זיינע תלמידים. 


א באזונדערע התקשרות האט ער פארמאגט צום כותל המערבי, יעדן נאכט בחצות הלילה פלעגט ער זיך געפונען ביים כותל, וואו ער איז געווען פון די מייסדים פונעם באקאנטן מנין צו זאגן "נשמת" ברוב עם, וואס איז היינט צוטאגס באקאנט אלס א אנגענומענע סגולה איבער די גאנצע וועלט.


באזונדער האט ער געדינט אלס יושב ראש פון חברה קדישא "חסידים" אין ירושלים, און איז געווען אקטיוו אין צדקה וחסד דינענדיג אלס חבר הנהלה אין די בארימטע "כולל חיבת ירושלים", זייענדיג אנגענומען אין אלע שיכטן און קרייזן.


ער האט איבערגעלאזט א דור ישרים מבורך, פערצן קינדער ההולכים בדרכיו, צווישן זיי איז העסקן הרב מנחם שפירא, סגן ראש העיר אין שטאט בני ברק מטעם דגל התורה, וועלכע האט ביים לויה אויפגענומען זיין עלטערן ברודער הרה"ג ר' מיכאל שלום שפירא שליט"א פון די חשובע יונגעלייט אין די ליטווישע ישיבת הרשב"י צו דינען אלס ממלא מקום אביו אנצופירן דאס ביהמ"ד ווייטער, על דרך אבותיו.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

bottom of page