תורה תורה חגרי שק: מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון הגאון הגדול רבי חיים דוב קעלער זצ"ל ראש ישיבת טעלז, שיקאגוי אין עלטער פון ניינציג יאר. דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען פון די זקני ראשי הישיבות בדורינו און האט יארן לאנג אנגעפירט מיט די בארימטע טעלז'א ישיבה אין שיקאגוי. דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען באוואוסט אלס א וועלט בארימטער גאון און פלעגט איבערגעבן גאר טיפזיניגע שיעורים און לא פסיק פומיה מגורסיה, זיצענדיג שעות ארוכות על התורה. אויך אין די עלטערע יארן האט דער ראש ישיבה נישט נאכגעלאזט פון די עבודת הקודש, נאר איז ווייטער געזעצן און געלערנט במסירת נפש טראץ די פולע יסורים ומכאובים. א באזונדערע קשר האט דער ראש ישיבה זצ"ל פארמאגט מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע פלעגט קומען קיין שיקאגוי לטובת מוסדותיו און דער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט ארויסגיין מגדרו און האט זיך באטייליגט ביי די עריכת השולחנות פון רבי'ן שליט"א, טראצדעם וואס דער ראש ישיבה זצ"ל איז אויסגעוואקסן אין די ליטווישע חדר און פלעגט נישט גיין צו קיין טישן פון אדמורי"ם. אין די לעצטערע וואכן האט דער ראש ישיבה זצ"ל געליטן פון פארשידענע געזונטהייט קאמפלעקאציעס אין די צייט וואס כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו און האט דעם מאנטאג פארמיטאג אויסגעהויעכט די נשמה לגנזי מרומים. די לויה איז ארויס פארנט פון די טעלזא ישיבה אין שיקאגוי וואו ער איז געקומען לקבורה אויף די ארטיגע בית החיים. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
top of page
bottom of page
Comments