top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ולמזהיר ולנזהר

הנהלת קהל שערי ציון ד'באבוב, האט אין די יעצטיגע טעג ארויסגעשטעלט א מודעה, ווי זיי ווארענען דעם ציבור איבער א מעגליכע צווייטע כוואליע פון די וויירוס ה' ירחם.אינעם בריוו טוט די הנהלת הקהלה אויפדעקן, אז עס זענען דא עטליכע יודן פון בארא פארק וועלכע זענען ווידער באטראפן געווארן פון די וויירוס און געציילטע יודן געפונען זיך ליידער אין שפיטאל אין א שרעקליכע צושטאנד. דעריבער בעטן די עסקנים, אז די אלע וועלכע ליידן פון סיי וועלכע געזונטהייט קאמפלעקאציעס זאלן זיין געווארענט און זיך היטן פון קומען אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן.


די בריוו פון די 'באבוב'ע קהלה' איז א דראסטישע שריט, זייענדיג די ערשטע קהלה קדושה בישראל וועלכע טוט ווארענען איבער א מעגליכע צווייטע כוואליע און האט מאכגעפאלגט מיט אן ענדליכע בריוו פון 'חברה הצלה ד'בארא פארק'.


bottom of page