top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פסק הלכה פון הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא בנוגע מזונות ברויט / ראלס אין ברכת המזון כתיקונה

מיטוואך פ' כי תבוא - י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


נאכפאלגענדיג די פסק הלכה פון די גדולי רבני דורנו איבער די מזונות ברויט און ראללס סענדוויטשן א.ד.ג. אז מען קען להלכה למעשה נישט מאכן קיין מזונות אויף די סארטן ברויטן און ראללס וואס ווערן אנגערופן מזונות ברויטן און ראללס איז אין די טעג ערשינען א בריוו פון הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא וואס דער דיין שליט''א האט אפגעשריבן פארלאפענעם פרשת עקב לסדר 'ואכלת ושבעת וברכת' אין טוט באגריסן די התעוררות וואס הערשט יעצט איבער דעם ענין ביי כלל ישראל. דער סקווירא ראש בית דין שרייבט אז אזוי האט ער גע'פסק'נט אלע יארן אז אפילו ווען מען לייגט אריין אין די ברויטן אסאך מי פירות אבער וויבאלד אין מציאות מאכן די בעקערייען דאס נישט געניג זיס קען מען דערויף נישט מאכן א מזונות אפילו אויב עס ווערט געבאקן מיט מי פירות נאר מען זאל זיך וואשן אויף געהעריגע המוציא זיך וואשן נטילת ידים און בענטשן ברכת המזון.


דער סקווירא דיין שרייבט אז ער איז אלס געווארן אנגעפרעגט דורך אידן וואס פארן אויפן וועג אויב קען מען מקיל זיין צו מאכן מזונות דערויף זייענדיג אונטערוועגנס, אין די תושבה איז קלאר: אז די היינטיגע ברויטן און ראללס און סענדוויטשן זענען נישט קיין מזונות און אפילו מען עסט ווייניג זייענדיג אונטערוועגנס קען מען נישט מאכן קיין מזונות דערויף.


אויפן שאלה וואס מען טוט אויפן וועג ווען מען האט נישט קיין סינק געהעריג ווי זיך צו וואשן שרייבט דער סקווירא דיין אז מען זאל זיך א עצה געבן צ.ב.ש. דורך זיך אפשטעלן ערגעץ זיך צו וואשן אויף געהעריגע המוציא ביי א גאז סטאנציע א.ד.ג. און אויב האט מען נישט קיין טעפל קען מען זיך וואשן מיט א פלאסטיק קאפ אדער א ספרינג וואסער באטל וכדומה.


די זעלטענע בריוו פונעם בעל 'חיי הלוי' איבער די הייליגע מצוה פון ואכלת ושבעת וברכת איז די געשפרעך פון טאג אומעטום, נאכפאלגענדיג די פסק הלכה פון די איבער דרייסיג רבנים וואס האבן מפרסם געווען זייער דעת תורה אז מען זאל להלכה למעשה נישט מאכן קיין מזונות אויף די אלע ברויטן און ראללס.


אזוי ווי דער פסק פונעם סקווירא ראש בית דין איז נתפרסם געווארן אינעם שטאט מאנטריאל האט הגאון רבי וואלף בער לערנער שליט"א בעלזער דיין אין מאנטריאל וועלכע שטייט בראש פונעם בעלזער הכשר אין שטאט - אין האט אליין אונטערגעשריבן מיט די אנדערע גדולי הרבנים אויפן פסק הלכה - מפרסם געווען א בריוו פאר תושבי מאנטריאל ווי ער מיט די אנדערע דיינים און רבנים הממונים אויפן כשרות זענען מודיע להלכה אז אויף אלע געבעקסן ווי ברויט ראללס סענדוויטשן פיטא'ס א.ד.ג. דארף מען וויסן זאל מען להלכה למעשה נישט מאכן קיין מזונות דערויף אפילו אויב עס שטייט "ברכתו מזונות".


נאך די קלארע מודעה פון די בעלזער וועד הכשרות אין מאנטריאל ווערן אין די טעג געמאכט גרויסע שינויים לטובה אינעם שטאט אין די יעצטיגע טעג זענען שוין אין פילע געשעפטן מער נישט דא צו באקומן קיין מזונות סענדוויטשן נאר המוציא סענדוויטשן לויט די קלארע הוראה פונעם בעלזער וועד הכשרות ובראשם דער בעלזע דיין שליט"א.



bottom of page