דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי שכונת "קרית רמ"א" אין חברי ק"ק "שערי רמ"א" אין בית שמש האבן דעם חול המועד מיטגעהאלטן און זיך מיטגעפריידט ביי די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לבית מדרשו פון הגאון הצדיק רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א וחבר בית דין צדק העדה החרדית געשריבן געווארן דורך די תושבי השכונה און חברי הקהילה לכבודו ולזכותו פונעם רב שליט"א.
די חגיגה מפוארה איז אפגעראכטן געווארן זונטאג חול המועד נאכמיטאג, ווען די תהלוכת הספר איז ארויס בתופים ובמחולות פונעם רב'ס שטוב אויף די צענטראלע נהר הירדן גאס, ווערנדיג באגלייט דורך הונדערטער תושבי העיר מלובש בבגדי שבת, ביז צום היכל ביהמ"ד הגדול וואו דער רב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין און פארגעזאגט לדוד מזמור. עס האט נאכגעפאלגט די סעודת מצוה לגומרה של תורה אינעם סוכה הגדולה פון די פארהאנד זאל וואו מען האט זיך משמח געוועהן בשמחת התורה ושמחת בית השואבה. אלס גאסט רעדנער האט אויפגעטראטן הגה"צ ר' יצחק ראזנבערגער אבד"ק סאטמאר ליע גארדענס א זוהן פונעם רב שליט"א, חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. א באזונדערע התרגשות איז געוועהן ווען דער רב שליט"א האט גענימען דאס ווארט און באדאנקט די אלע חברי הקהילה וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן צו לאזן שרייבן דעם ספר תורה לכבודו.
ביים מעמד הכנסת ספר תורה און די סעודת מצווה דערויף האבן זיך משתתף געוועהן פילע אדמור"ים רבנים און מנהיגי הקהילות פון שטאט צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ בית שמש שליט"א, כ"ק האדמו"ר מנדבורנה ביתר שליט"א, כ"ק האדמו"ר מלעלוב בית שמש שליט"א, כ"ק האדמו"ר מספינקא בית שמש שליט"א, הגאון הגדול רבי מאיר העלער שליט''א מרא דאתרא קרית חסידים, הגה"צ רבי נפתלי הערש ראטענבערג שליט''א האדמו"ר מקאסאן בית שמש, הרה"צ רבי חיים אהרן מאנדרער שליט"א אדמו"ר מקאסוב בית שמש, הגאון רבי דוב רבינוביץ שליט''א מרא דאתרא רמה ד' און נאך, באזונדער האבן באשיינט די מעמד די חברי בית הדין צדק העדה החרדית הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א, הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש שליט"א, און הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א.
Comments