פילע בני ירושלים מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל האד' מגאלאנטא אין גאלאנטא ביהמ"ד אין ירושלים עיה"ק
- Bechatzros admin
- 3 במרץ
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 4 במרץ
מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
די וואך האט כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א אפגעשטאט א געהויבענע באזוך אין ארץ ישראל, און האט געפראוועט א שבת מרומם אין ירושלים עיה"ק בקרב חסידיו ומעריציו. די גאלאנטא ביהמ"ד אין הארץ פון די בית ישראל געגענט אין ירושלים עיה"ק איז באקאנט אלס א פעסטונג פאר תורה ותפילה ווי עס הערט זיך דער קול תורה ותפלה במשך רוב שעות פונעם מעת לעת. ובפרט שטארט ארויס דער כולל וואו עס לערנען אברכים מצויינים.
דער גאלאנטא רבי שליט"א פארט אהין מזמן לזמן מחזק זיין און אריינגעבן א רוח החיים אין די חסידים ובאי הביהמ"ד. בפרט יעצט ביים ענדיגן ארויסציען נאך א שטאק העכער'ן ביהמ"ד להגדיל תורה ולהאדירה איז געפייערט געווארן די מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזה ברשות פונעם אורח הדגול דער רבי שליט"א וואס עינו ולבו שם כל הימים.
דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ארץ ישראל דינסטאג פ' תרומה העעל"ט, אין באגלייטונג פון א קבוצה חסידים.
דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד גאלאנטא אין ירושלים עיה"ק, תיכף נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער לחיים און מעמד "קבלת פנים" אינעם בית המדרש. אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מעמד חנוכת הבית, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש באגלייט מיט דברי התחזקות פאר די לומדי הביהמ"ד און מעלה געוועהן זכרונו פונעם גאלאנטא רב הגה"ק רבי יהושע בוקסבוים זצוק"ל וואס דער ביהמ"ד איז נקראת על שמו ולזכרו.
אין לויף פונעם טאג האט דער רבי באזוכט אין ירושלים ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א און אין בני ברק ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס כבוד און הערצה.
דער הויכפונקט פונעם נסיעה, איז געוועהן דעם שב"ק פרשת תרומה – שקלים, אין ירושלים עיה"ק וואו א גרויסן ציבור בני ירושלים האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן אין גאלאנטא ביהמ"ד, דער רבי האט יורד געוועהן לפני התיבה צו מנחה, און קבלת שבת אויפן ווארימען חסידישן שטייגער כמנהג אבותיו ורבותיו הק'. שבת צופרי ביים דאווענען האט דער רבי עולה געוועהן די קריאה פון שקלים און דערנאך געדאווענט מוסף, נאכגעפאלגט מיט א קידושא רבא. די סעודה שבת באטאג האט דער רבי געגעסן אינאיינעם מיט די געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אמעריקא און די בחורי חמד חסידי גאלאנטא וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל.
בעת רעווא דרעווין האט דער רבי שליט"א געפראוועט שלש סעודות ברוב עם הדרת מלך, און משמיע געווען דברות קדש, ווי די רבינס שטייגער מיט'ן ספעציעלן תנועת התעוררות המקובל לבית זידיטשוב.
דער שב"ק איז נאכגעפאלגט געווארן מיטן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל ובפרט ביים ציון הק' פון התנא אלקי רשב"י זי"ע אין אתרא קדישא מירון , ווי באקאנט דעם רבינ'ס שייכות צום הייליגן תנא רבי שמעון, וואס דער רבי האט מוציא לאור געווען דעם חשוב'ן פירוש "זהר בהיר" וועלכע איז מפרש בלשון קל וצח יעדעס ווארט פון דעם זוהר הקדוש. דער רבי האט זיך פארזוימט ביים ציון א לאנגע צייט, וואו ער האט שופך שיח געוועהן און געליינט קוויטלעך. פון דארט איז מען געפארן קיין צפת וואו מען האט מתפלל געוועהן אויפן בית החיים העתיק, און פון דארט קיין טבריה ביי די ציוניים הק' פון די תנאים ואמוראים און אויפן אלטן בית החיים ביית חלקת תלמידי הבעש"ט זי"ע. היינט מאנטאג אינדערפרי האט זיך דער רבי שליט"א געזעגענט פונעם ציבור אין ארץ ישראל און איז ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.



















תגובות