top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרוגש'דיגע עידן חדוותא ביי שמחת נישואי החתן בן זקונים פון גאב"ד קרית צאנז ירושלים

עודכן: 10 בפבר׳

מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


מיט גרויס התרגשות האבן פילע חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די מרוגש'דיגע עידן חדוותא ווען כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א חתנא דבי נשיאה הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, האט אונטערגעפירט זיין זן זקונים אונטער די חופה, נאכ'ן חתונה מאכן די 11 קינדער בנין וחתנין רבנן בלי עין הרע. די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן שבת פ' בא ביים עליה לתורה אין קרית צאנז ירושלים, וואו עס האבן מיטגעהאלטן די שיינע שבת של שמחה, די חשובע פעטערס הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה שליט"א, הגה"צ ר' אליעזר דוד שפירא אבד"ק צאנז בני ברק, הגאון ר' אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה און הגאון ר' אברהם יצחק ווייס ראש הכולל ביאלא.


שבת צופרי האט דער חתן עולה געוועהן לתורה און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגער קידושא רבא לכבוד די שמחה הרוממה, וואו פילע הונדערטער איינוואוינער פון קרית צאנז ומחוצה לה האבן געשטראמט אפצוגעבן דעם ברכת מזל טוב פארן בעל שמחה דער רב שליט"א. במיוחד האבן זיך משתתף געוועהן פילע רבנים ואנשים חשובים, צווישן זיי הגה"צ ר' אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טבריה בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


די חתונה איז פארגעקומען מיטוואך פ' בשלח אין די היכלי מלכות זאלן אין בני ברק, וואו מען האט זיך משמח געוועהן בשמחה וחדווה פאר לענגערע שעות נאכאנאנד, בראש השמחה האבן באשיינט די חשובע אדמור"ים ורבנים קרובי המשפחה ובראשם דער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער איז מכבוד געווארן מיט סידור חופה וקידושין. מיט קראית הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגה"ח ר' ישראל ראנד שליט"א, ברכות ראשונות דער מחותן אבי החתן גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א און ברכה אחריתא דער זיידע מצד הכלה הרה"ג ר' שלום ווייסבלום שליט"א.


דורכאויס די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמור"ים ורבני העיר בני ברק, צווישן זיי: האדמור"ים מאלכסנדר, מודזיץ, סטריקוב, טאלנא אשדוד, סטראפקוב, נדבורנה ביתר, טרעבישאן, מיאלען, דעעש ירושלים, הגה"צ ר' חיים ווייס גאב"ד ביתר, גאב"ד רמת שלמה, הגאון ר' משה שאול קליין רב שכונת אור החיים, הגאון ר' מענדל שאפראן, אבד"ק ערלוי בני ברק, אבד"ק מאקאווא אשדוד, און נאך פילע רבנים ואישי ציבור.


נאכן בענטשן האט דער בדחן אויסגערופן צו מצוה טאנץ די גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט דערביי זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן שוואגער גאב"ד קרית צאנז און די בני המשפחה. דערנאך האט מען אויפגערופן די אנדערע מחותנים און זיידעס און אחרון חביב דער געהויבענער אבי החתן כ"ק גאב"ד קרית צאנז שליט"א וועלכער האט אראפגעלייגט אן עבודה רבה ביי די ריקודין לפני הכלה, ברון שיר ושבח מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיק, אז די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם.













































































Comentários


bottom of page