דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

יעצט דינסטאג נאכמיטאג קומט פאר א קריטישע "אסיפת הרבנים" בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, מיט די באטייליגונג פון מערערע גדולי אדמורי"ם ורבנים פון איבער גרעיטער ניו יארק, וואו עס ווערט בכובד ראש באהאנדלט די ווייטאגליכע פרשה פון די "לב טהור" קינדער אין גוטאמאלא.
די אסיפה דחופה איז פאררופן דורך הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, וואס ידיו רב לו במצוות פדיון שבוים, מיט זיינע פעולות חובקות זרועות עולם אין די פארצווייגטע שתדלנות און עסקנות להצלת אחב"י בכל קצוי תבל. מיט עטליכע וואכן צוריק איז דער דיין שליט"א געווארן שטארק פארמישט בעובי הקורה איבער'ן מצב פון די פארכאפטע אידן אין גוטאמאלא, זייענדיג א עד ראי' נאכ'ן אפשטאטן א באזוך אין גוטאמאלא, און פערזענליך בייגעוואוינט דעם שווערן מצב נאכדעם וואס די ארטיגע אינסטאנצן האבן זיך פארלייגט אויף די קינדער און עס דראעט אויף זיי א רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע סכנה.
ביי די אסיפה זענען משתתף די גדולי האדמורי"ם, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר, פאפא, וויזניץ וויליאמסבורג, וויען, וויזניץ בארא פארק, סטיטשין, הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה, גאב"ד יאוואזשנע, אבד"ק באבוב-45, און נאך.
די אדמורי"ם ורבנים זענען דן בחומר הנושא אונטער פארמאכטע טירן, אלע אפציעס וואס איז נאר דא צו ראטעווען די קינדער יושבי חושך אין ווייטן גוטאמאלא, און זיי ראטעווען פון די שרעקליכע געפאר לחירות עולם.







Comments