top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשבח והודאה • טויזנטער חסידי וויז'ניץ פרייען זיך מיט ביי די חתונה הגדולה היינטיגן דינסטיג

מיטוואך פ' תרומה - א' אדר תשפ"ג


בול בחצרות - ברגשי הלב און מיט אומבאגרעניצטע טיפע התרגשות האבן חסידי וויזניץ נעכטן מיטגעלעבט געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש ביי די שמחת החתונה בחצר הקודש, בצילא דמהימנותא פונעם געהויבענעם זיידן די רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיט געפילן פון שבח והודאה צום בורא עולם עד הנה עזרונו רחמיך אז מאיז זוכה נאך אזעלעכע שווערע וואכן אז די רבי שליט"א איז אצינד מפאר בראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל פאר לענגערע שעות מער ווי געראכטן, און מיט א תפילה אויף ווייטער ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח.


איידער די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום חתונה, זענען די חתן און מחותנים אריינגעקומען צום סעודת החתונה, און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודים נלהבים ווען די חתן איז געטאנצן מיט די מחותנים און זיידעס, א באזונדערע התרגשות איז געווען ווען די אבי החתן הרה"צ רבי יצחק ישעי' האגער אב"ד וויזניץ אשדוד איז געטאנצן א פייערדיגע ברודער'ליכע טאנץ מיט אחיו הגדול הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ.


אום 9 אזייגער איז די רבי ערשינען אינעם גרויסן היכל הבית מדרש וועלעכע איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט טויזנטער חסידים וואס האבן נישט געוואלט פארפאסטן אזעלעכע געהויבענע מאמענטן לחזות בצל הקודש, די רבי שליט"א איז ענטפאנגען געווארן בקול רינה וצהלה, צו די התרגשות פון די חסידים וועלעכע זענען ארויס אין פייערדיגע ריקודי קודש להודות ולהלל שהחיינו וקיימנו ועל אשר הגיענו עד הלום, מען האט ממשיך געווען מיט פריילעכע ניגוני שמחה און ניגוני פורים לכבוד ראש חודש אדר, בשעת ווען די רבי שליט"א איז א גאנצע צייט מעודד די ניגונים מיט גרויס התלהבות פאר א משך פון א שעה און א האלב טראץ זיין חולשת הגוף


אויפן ראט פון די דאקטורים האט מען צוליב דעם רבנס געזונט צושטאנד שטילער געמאכט די מוזיק דאס האט נישט צוגענימען פון די שמחה אין התלהבות, וחסידים ישמחו יעלצו לפני אלוקים


בשעת ווען מהאט געזינגען די לעלובער ניגון האט די רבי געהייסן די חתן צו טאנצן א קאדאטשקע, און מעודד געווען די ריקודין מיט א פארשטיילע, אויך זענען די ילדי החמד אייניקלעך פונעם רבין שליט"א געטאנצן מול פני הקודש פארשטעלטעהרייט לכבוד ראש חודש אדר.


מען האט געזינגען די ניגון קווה קיוויתי און נאך פילע ניגוני בקשה מיט א טיפע און הייסע תפילה אז די רבי שליט"א זאל בקרוב צוריק קומען לאיתנו הראשון בבריאות השלימה, די הרגשים זענען געווען אין א בחינה פון וגילו ברעדה, פון איין זייט אז מאיז זוכה צו דעם מאמענט אז די רבי שליט"א זיצט בתוכינו און באשיינט די שמחה, אבער פון די אנדערע זייט די שווערע געפילן זעהנדיג דעם ספר תורה שרוי בצער ווען די רבי שליט"א איז נאך זקוק צו א גאנצע רפואה.


אין לויף פון די סעודת החתונה האט די רבי שליט"א ווארעם אויפגענימען די חשובע אדמורי"ם בני משפחת המלוכה, די ברידער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און די שוואגער'ס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל, און כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל אשדוד, אזוי אויך כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פעטער משני הצדדים, האדמורי"ם מקאסוב וויזניץ - בערגסאז - הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא, די פעטער'ס הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר און הגה"צ רבי חיים שמרלר רב בית מדרש 'היכל צבי' צאנז.


אום 10:30 האט די רבי פארלאזט דאס בית מדרש און בדחנא דמלכא ר' בן ציון ברעכער האט אויפגעריפן די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א צום ריקודין לפני הכלה, ארויסברעגנגדיג די געפילן שטייענדיג ביי די חתונה פון די ערשטע אייניקל ביים רבין.


דערנאך איז די רבי שליט"א צוריק אריינגעקומען אין בית מדרש צום בענטשן, דעם רבינס איידעם הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס, זעקס ברכות האט געזאגט דעם רבינס איידעם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש, און ברכה אחריתא די פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אב"ד דברי משה.


נאכן בענטשן האט די בדחן ר' נפתלי פוקס אויסגערופן דרשה געשאנק, מיט ברכות לרוב לבריאותו השלימה פונעם רבין.


צום הויכפונקא האט בדחנא דמלכא ר' בן ציון ברעכער אויפגערופן דעם רבין שליט"א מיט פאסיגע און רירנדע דברי חרוזין, ארויסגעברענגט די שווערע תקופה וואס איז פאריבער אויפן רבין שליט"א, און ווי גאנץ כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו השלימה, ועיניהם לך מיחלות ווי דאס יהדות החרדית האט נאכעגעפאלגט מיט זארג נאך די מצב הבריאות פונעם רבין, און די שבח והודאה אז מ'איז זוכה צו דעם פרייליכן מאמענט, און מאריך געווען מיט בקשות אויף ווייטער תתחדש כנשר נעוריכי און די רבי זאל פירן די עדה הקדושה קעגן משיח צדקנו במהרה בימינו.


נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות האט די רבי שליט"א אנגעכאפט דעם גארטל, און אפגעראכטן די ריקודין עילאין לפני הכלה זיצנדיג אויפן סטעיטזש, בשעת ווען דער ציבור האט זיך געהויבן אין די לופטן מיט גרויס חיות און התלהבות ויהי המקום לחרדת אלוקים, נאכן טאנצן מיט די חתן איז די רבי געטאנצן מיט אלע קינדער און איידימער בני משפחת המלוכה, דערנאך מיט די אייניקלעך ברודער'ס און שוואגער'ס פונעם חתן, און א באזונדערע פייערדיגע ריקוד מיט בנו חביבו הגה"צ רבי יצחק ישעי' אב"ד וויזניץ אשדוד.


דערנאך איז די רבי פארבליבן אין בית מדרש און מיטגעהאלטן די ריקודין פון די זיידע הגה"צ רבי מנחם מענדל פוקס רב קרית שומרי החומות אין רמות, און פון די מחותנים בנו הרה"צ רבי יצחק ישעי' און די אבי הכלה הרה"ג ר' מרדכי חנא פוקס, עס איז געווען איינס אזייגער ביינאכט ווען די רבי שליט"א האט פארלאזט די בית מדרש נאך די געהויבענע מצווה טאנץ.

Comments


bottom of page