מיטוואך פ' תרומה - א' אדר תשפ"ג
בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
קול בחצרות - הונדערטער חסידי סאטמאר תושבי בארא פארק האבן דעם מוצאי שבת איבערגעפילט די עמינעמס זאלן אין בארא פארק ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן דער כינוס נהדר אין מעמד ״לעילא ולעילא״, טישן זענען געווען הערליך געדעקט, מיט אן עלעגאנטער סעודת מלוה מלכה, נאָבעל און פּרעכטיג. באַזונדערס האט געצויגן די אויגן דער שיינער אויבנאָן מיט די חשוב'ע רבנים ומלכם בראשם, כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א נשיא המוסדות. עס האָבן זיך אָנגעזען פילע חשוב׳ע רבני העיר בארא פּארק וועלכע האבן ״אייניקלעך״ אין די מוסדות
די טאַלאַנטפולע ״חבריא״ קאר באַגלייט פון די כלי שיר דורכ׳ן מוזיקאַנט ר׳ ראובן גראָס האָבן מהנה געווען בשירם ובזמרם
דער יושב ראש איז געווען דער באַרימטער פה מפיק מרגליות ובדחנא דמלכא הרב ר׳ אלעזר קליין שליט״א, וועלכער האָט אָנגעפירט דעם מעמד מיט זיינע בליציגע רעיונות ושפתיו ברור מללו.
ער האט אויפגערופן הרב ר׳ אשר יונה לאנדא שליט״א, פון די חשוב׳ע מנהלים רוחניים בקרב המוסדות איבערצוגעבן א לעבעדיגן גרוס מבין כותלי המוסדות
מיט גרויס אינטערעס און מיט א געוואלדיגע שמחה האט דער עולם זיך צוגעהערט צום אויפטריט פון הרבני הנגיד מוה״ר בערל לעפקאוויטש חבר הנהלת המוסדות וועלכע האט מבשר זיין דעם ציבור מיט די פריידיגע אנטוויקלונגען און די היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה איבער די מקח אויפ׳ן בנין האדיר אין בארא פּארק אויף ״אָושען פּאַרקוועי״, די תורה תמימה געביידע, וואָס שטייט שוין גרייט כליל ביפי׳ ובהדרה און ס׳קומט אַריין אין באַנוץ פון די מוסדות לשם ולתפארת!
אין דער זעלבער צייט האָט ער מודיע געווען אַז מ׳גרייט זיך שוין אָט אָט אָנצוהייבן די מעכטיגע אויפבוי פונעם בנין החדש דער ״בית רחל״ החדש והמפואר
ער האט דערביי איינגעמאָלדן דעם אומגלויבליכן סכום וואָס די הנהלת המוסדות מוז צונויפשטעלן אין די נאָענטע תקופה כמעט ״פופציג מיליאָן דאָלער״ וואָס מ׳מוז האָבן צו די האַנט כדי די אלע פּראיעקטן זאלן קענען פאָראויסגיין און די מוסדות זאלן קענען ווייטער וואַקסן און בליען
דאַן האט דער רבי שליט''א אנגעהויבן משמיע זיין דעם צענטראלן משא המעמד ודברות קודש.
די רביהאט נאָך די דברי תורה בעניני דיומא שטארק משבח געווען די הייליגע מוסדות אין בארא פּארק, באופן מיוחד האָט די רבי זיך אַדרעסירט צו די געוואלדיגע בשורות טובות פון די הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות הק׳, און באַזונדער דעם אפּקויף פונעם נייעם בנין התלמוד תורה, דער בנין ״תורה תמימה״, וואָס טוט אַוועקשטעלן די מוסדות אַז מ׳זאל קענען ווייטער אָנגיין מיט די עבודת הקודש מיט די גרעסטע מאָס הרחבת הדעת
די רבי האט אויסגעהויבן בשבחו פונעם נדיב, הנגיד מוה״ר ליפא פריעדמאן, וואָס האָט באַשטייערט א געוואלדיגן סכום אז מ׳זאל קענען אפּקויפן דעם בנין און ס׳וועט זיין נקראת על שמו, און דערביי מעלה געווען לשבח און מזכיר געווען דעם זכות אבות, פונעם משמש בקודש הרבני החסיד ר׳ משה פרידמאן שליט״א, וואָס די רבי האָט דערביי געעפנט ממצפוני לבו אַרויסצוברענגען מקצת שבחו בפניו מיט דעם מסירת נפש וואָס ער איז צוגעשטאַנען לימין קדשו פונעם טאַטן, הרה''ק בעל ברך משה זצ''ל
בתוך דברות קדשו האָט די רבי אויך בארירט וויכטיגע נקודות וואָס זענען נוגע דעם גאַנצן ציבור, סיי בנוגע די מוסדות, צו האבן א קשר מיט די מלמדים, ארויסווייזן א הכרת הטוב פאר די מלמדים און אז יעדער טאטע זאל זיין אליין א מוסטער פאר זיינע קינדער, צום שלוס האָט די רבי אַרויסגעברעגט אַז אויף כל קהלא קדישא הדין, די עלטערן און די זיידעס און די אַלע אנשי שלומינו ליגט דער פליכט און אחריות מחזיק צו זיין די מוסדות און די געטרייע עומדים בראש בגשמיות וברוחניות, אז מ׳זאל קענען אנהאלטן די עבודת הקודש פונעם חינוך הבנים והבנות ביתר שאת וביתר עז.
Commentaires